דער באהאלטענער צדיק רבי פסח שפירא זצ"ל
יא חשון תשפ"ו 📝
עס איז שווער צו באשרייבן דעם געהויבענעם איד הרב הצדיק ר' פסח שפירא זצ"ל, וואס האט צוריקגעגעבן זיין הייליגע נשמה צום באשעפער פארגאנגענעם כ"ט תשרי. ווייניג האבן געוויסט פון אים, אבער ער איז געווען אן איד וואס איז געווען דבוק אין אויבערשטן, און איז געווען א תלמיד מובהק פון מוהרא"ש זי"ע.
רבי פסח האט געהאט א גאר שטארקע הכרת הטוב צו מוהרא"ש זי"ע, ווי מען זעט אין זיין הארציגע צוואה געשריבן אויף אידיש אדרעסירט צו זיינע באליבטע קינדער בזה הלשון: "טייערע קינדער, איר זאלט קיינמאל נישט קריגן ח"ו ח"ו אויפן הייליגן צדיק מוהרא"ש שליט"א!!! ער האט מיר ממש געראטעוועט בגשמיות וברוחניות אויף די וועלט און אויף יענע וועלט לנצח נצחים!!! בזכותו בין איך געבליבן א איד א שומר תורה ומצוות מיט א בארד און פאות, מיט אזוי פיל גוטס ברוחניות ובגשמיות... געדענקט!!!".
ער האט געהאט א משניות וואס איז אים געווען גאר באליבט, דאס איז א משניות וואס ער האט באקומען בימי בחרותו פון מוהרא"ש זי"ע. מוהרא"ש האט אריינגעשריבן בכתב יד קדשו עטליכע שורות וואס האבן אים אייביג באגלייט: "יום ה' לסדר נשא את ראש התשמ"ב. הרי זה בכי יותן להבחור היקר והנעלה פסח שפירא נרו יאיר ויזרח תלמיד מתיבתא היכל הקודש חסידי ברסלב. ויהי רצון מלפני אבינו שבשמים שתחזיק בהמתנה היקרה הזו כל ימי חייך, ובכל יום ויום מימי חייך תזכה ללמוד ולהשלים ח"י פרקים משניות, וזה ימשיך על נשמתך אור וחיות עריבות נעימות זיוו שכינת עוזו יתברך מח"י העלומים הנשמכת מרישא דלא אתיידע דעתיק וכו' שבתוך האי רישא מתלבש אין סוף ברוך הוא וכו' ותצליח בדרכך כל ימי חייך ברוחניות וגשמיות." ער האט באצירט דעם בריוו מיט שיינע קאלירן און בלומען און צוגעלייגט: "ילדי היקרים! תכספו ותרצו ותתפללו שתזכו לומר כל יום ח"י פרקים משניות!", דערנאך האט ער געשריבן: "זכיתי לקבל ממוהרא"ש ישתבח שמו לעד", "אשרי חלקי לנצח נצחים עם כל משנה! עם כל מלה! עם כל אות ב"ה!", "בזכות מוהרא"ש זכיתי לכל", "זכיתי לקבל ממוהרא"ש שליט"א את כל חלקי ונחלתי בגן עדן לנצח נצחים", און צום לעצט: "בני בני! החזיקו בח"י פרקים משניות, אשריכם!!!". ( אין אידיש: "מיינע טייערע קינדער! בענקטס און בעטס דעם אויבערשטן זוכה צו זיין צו זאגן יעדן טאג 18 פרקים משניות!", "איך האב דאס זוכה געווען צו באקומען פון מוהרא"ש - ישתבח שמו לעד!", "וואויל איז מיין חלק אויף אייביג, מיט יעדע משנה, מיט יעדע ווארט, מיט יעדע אות!", "דורך מוהרא"ש האב איך זוכה געווען צו אלעס — מיין גאנצע חלק אין גן עדן אויף לנצח נצחים")
ווייניג ווייסן אז דער באקאנטער שוויתי טאוול אין בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג איז געמאלן געווארן דורך ר' פסח אליין. ער האט אריינגעלייגט זיין הארץ און נשמה אין יעדע זאך וואס ברענגט צום אויבערשטן.
זיין גאנץ לעבן האט ער געלעבט מיט א געוואלדיגע אמונת חכמים, און יעדע ווארט וואס ער האט געזען אדער געהערט פון רבי'ן און פון מוהרא"ש זי"ע האט ער אנגענומען בתמימות ובפשיטות. עס איז נישט מעגליך אין די ראמען פון אזא קורצע ארטיקל דאס ארויסצוברענגען. מיר וועלן אבער אראפברענגען עטליכע זאכן וואס מיר קענען נאכמאכן.
ער האט מקפיד געווען צו גיין אין מקוה יעדן טאג, און געבעטן דעם אויבערשטן בשעת מעשה וואס ער האט געדארפט. ער פלעגט רעדן צום אויבערשטן כסדר ווען ער האט נאר געקענט. טראץ זיינע פילע געזונט פראבלעמען האט ער אריינגעכאפט יעדן טאג פילע שיעורים. ער פלעגט האבן א פולע הויפן פון ספרים וואס ער האט יעדן טאג געלערנט. ער האט געזאגט טעגליך פילע לימודים אויפן סדר וואס מוהרא"ש האט אראפגעשטעלט: חומש רש"י מיט תרגום פון פרשה אנגעהויבן פון זונטאג, תנ"ך, ח"י פרקים משניות, תלמוד בבלי כסדרן (ער האט געענדיגט איבער האלב ש"ס הונדערט און איין מאל), תלמוד ירושלמי, תוספתא, מדרש רבה, מדרש תנחומא, רמב"ם, טור, שולחן ערוך, זוהר הקדוש, תיקוני זוהר, און דעם רבינ'ס ספרים.
כאטש ער האט אזויפיל אריינגעכאפט, פלעגט ער אלץ זאגן "אביסל איז אויך גוט", און האט זיך געפרייט כמוצא שלל רב מיט יעדע מצוה, יעדע תפילין, יעדע שבת. ער האט נישט געזוכט קיין חומרות יתרות, נאר וואס דער דיין האט געפסקענט האט ער געטון מיט א גרויסע שמחה. ער פלעגט כסדר ארומגיין מפיץ זיין, ער האט געלייגט די הייליגע גליונות אין די שולן און אין די פאסט קעסטלעך, אזוי אויך מחזק געווען יעדן וואס ער האט געקענט.
ער האט זיך אפגעגעבן מיט זיינע קינדער, געטאנצט מיט זיי, גערעדט מיט זיי, זיי פארציילט מעשיות פון צדיקים, און זיך אומגעקוקט אויף זיי. ער פלעגט פארן מיט מסירת נפש צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, נישט קיין חילוק ווי שווער עס איז אים אנגעקומען.
ער האט געלעבט מיט תכלית, און זיך אלץ געגרייט אויפן טאג וואס מען וועט צוריק געבן זיין נשמה צום באשעפער. אין זיין ליקוטי מוהר"ן וואס ער האט זוכה געווען צו ענדיגן עטליכע הונדערט מאל האט ער האט געמאלן א בילד פון א מצבה און געשריבן דערין "פ.נ. פסח שפירא שזכה להיות ראש השנה באומן".
ער האט איבערגעלאזט א גרויסע ירושה, פון וואס מיר אלע קענען זיך צוטיילן דערמיט, און דערמיט זוכה זיין צו לעבן א זיסע גוטע לעבן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.
עוז והדר לבושה, ותשחק ליום אחרון