דער באָל פּוינט פענע
כז סיון תשפ"ד 📝
וויאזוי ארבעט א געווענליכע פענע, און וויאזוי שפירט זיך עס נישט ווי עס רייבט זיך אויפן פאפיר, נאר עס גליטשט זיך געשמירט? רפאל
תשובה: זייער א גוטע פראגע! א געווענליכע פענע וואס מיר נוצן טאג טעגליך הייסט א "באל פוינט פענע", דער פענע איז א גוט אויסגעארבעטע פאטענט צו קענען שרייבן שנעל ביליג און באקוועם.
פאר נישט צו לאנג צוריק פלעגט מען נוצן פענעס געמאכט פון פארשידענע מאטריאלן ווי האלץ, שטיין, אדער פעדערן, וואס איז געווען טייער און שווער צו נוצן, אבער דער אויבערשטער האט געהאלפן אז היינט קען מען פאר עטליכע צענט קויפן א גאר גוטע פענע, וואס איז בעסער און באקוועמער פון די פענעס וואס די גרעסטע קעניגן פלעגן נוצן ביז נישט לאנג צוריק.
דער הויפט באשטאנדטייל פונעם פען איז ווי איר נאמען זאגט דער "באל פוינט" וואס מיינט דער "באל ביים שפיץ". אינעם פענע קען מען זען ווי עס ליגט דערין א שטרוי פון טינט וואס קומט אראפ ביז אונטן, און אונטן ווערט דער לאך פארשטאפט מיט אן אייזערנעם באל. דער באל לאזט זיך דרייען, אבער עס איז פארשטעלט פון אינעוויינג אז עס זאל נישט קענען אריינגיין וואס מאכט אז עס זאל זיין נאר א גאר דינעם עפענוג צווישן די באל אונעם שטרוי, פונקט גענוג אז די טינט זאל נישט קענען ארויסרינען, אבער דער באל זאל זיך נאך קענען דרייען באקוועם.
עס איז איינגעפירט אז ווען מען שרייבט הייבט מען אן מיט בס"ד וואס איז די ראשי תיבות פון "בסייעתא דשמיא" וואס מיינט "מיטן אויבערשטנעס הילף", ווייל דער אנפאנג פון א זאך איז גאר וויכטיג. און אויב מען הייבט אן מיט'ן אויבערשטן האט מען סייעתא דשמיא.
ווען דער מענטש וויל שרייבן פאפיר, דרוקט ער אראפ דעם באל און רוקט אויפן פאפיר, וואס מאכט עס זאל זיך דרייען און דער באל וואס איז אנגעשמירט פון אינעוויינג מיט טינט ווערט דערנאך אפגעזיגעלט אויפן פאפיר ווען דער מענטש שרייבט. און ווען מען שרייבט נישט, דינט דער באל ווי א שטאפער אז די טינט זאל זיך נישט אויסטרוקענען.
די אנהייב פון יעדע זאך איז זייער וויכטיג, ווען מיר הייבן אן מיטן אויבערשטן, און בפרט מיט דאנקען דעם אויבערשטן, האט מען הצלחה. אין אונזער טאג-טעגליכן לעבן, ווען מיר שטייען אויף אינדערפרי און גיסן זיך אפ נעגל וואסער, זאגט א איד תיכף די ערשטע זאך "מודה אני" – מיר דאנקען דעם אויבערשטן פאר נאך א טאג פון לעבן. ווען מיר הייבן אן דעם טאג מיט דאנקען דעם אויבערשטן, האט מען א געבענטשע טאג בסייעתא דשמיא.
אין קורצן, די באל פוינט פענע איז א פשוטע אבער געניאלע אויפטרעף וואס העלפט אונז שרייבן פליסיג און באקוועם. אבער מיר דארפן געדענדען אנהייבן יעדע זאך מיט א דאנק צום אויבערשטן, אזוי קענען מיר האבן א ברכה אין אלעס וואס מיר טוען.
שיקט אייערע פראגעס צו askgershon@gmail.com