דער באנק
כז ניסן תשפ"ו 📝
שאלה: פארוואס רופט מען די ביזנעס פון האלטן און בארגן געלט א "באנק"?
ענטפער: דער ענטפער אויף דיין שאלה איז אן אינטערעסאנטע געשיכטע.
מיט יארן צוריק, איידער מענטשן האבן געהאט די היינטיגע פינאנציעלע סיסטעמען, פלעגן סוחרים זוכן א זיכער פלאץ וואו צו האלטן זייער גאלד און זילבער. זיי האבן זיך נישט געשפירט זיכער צו האלטן די ווערטפולע מעטאלן ביי זיך אין שטוב, וויבאלד אסאך פון זיי האבן נישט געהאט קיין סעיפס וואו עס צו האלטן.
דערפאר האבן טייל סוחרים אנגעהויבן צו האלטן זייער געלט ביי די שמידן. א שמיד האט געארבעט מיט אייזן און מעטאלן און געהאט שטארקע פייער-פרוף סעיפס. דער שמיד פלעגט זיי געבן א שטר – א סארט באשטעטיגונג – אז פלוני האט ביי אים אזויפיל און אזויפיל גאלד.
אין אנהייב פלעגט מען נוצן די שטרות פשוט אלס א רעסיט צו קענען שפעטער צוריקנעמען דאס געלט, אבער מיט דער צייט האבן מענטשן געזען אז עס איז אסאך גרינגער צו האנדלען מיט'ן שטר אליין, אנשטאט צו דארפן פיזיש טראגן און ברענגען דאס גאלד פון איין פלאץ צום צווייטן. אזוי איז געבוירן געווארן די ערשטע ווערסיע פון די היינטיגע פאפירענע געלט, וואס איז דאן נאך געווען געדעקט מיט גאלד וואס איז געלעגן אין סעיף.
די שמידן האבן באמערקט אז עס זאמלען זיך אן ביי זיי גרויסע סכומים פון גאלד, וויבאלד אסאך מענטשן האבן געלאזט זייערע שפורונגען (Savings) ליגן ביים שמיד. האבן זיי אנגעהויבן א פרישע ביזנעס: זיי האבן אנגעהויבן ארויסצוגעבן הלוואות פון די פקדונות וואס זיי האבן געהאט ביי זיך, און פארשטייט זיך געבעטן אינטערעסט (ריבית) אויף די הלוואות.
יעצט, וואו קומט אריין דאס ווארט "באנק"? ווייל מיט די צייט האבן די געלט-הענדלער אנגעהויבן צושטעלן פארשטייער אין מארק און זענען געזיצן אויף א באנק. דארט האבן זיי געטון זייערע געשעפטן: געגעבן און גענומען געלט, אויסגעטוישט מטבעות, און געפירט זייערע חשבונות.
מיט דער צייט האבן מענטשן אנגעהויבן זאגן "איך גיי צום באנק". אויב א געלט-סוחר איז געגאנגען קראכן – ווען צופיל מענטשן האבן געוואלט צוריקנעמען זייערע פקדונות בשעת דאס געלט איז געווען ארויסגעבארגט – פלעגט מען צעברעכן זיין באנק אינעם מארק. פון דעם איז געבוירן געווארן דאס ווארט "באנקראט" ווען א ביזנעס גייט אונטער.
ביי אונז גייט שוין אן די "באנק" ביזנעס פיל לענגער. אנשטאט צו האבן די שווערע דאגות פון "מרבה נכסים מרבה דאגה" – וואס צו טון מיט דעם פילן גאלד – האבן אידן שוין לאנג געהאט אן אייגענע און הייליגע באנק: א באנק אין בית המדרש.
מיר זענען גליקליך אז מיר קענען זיצן אויף דעם "באנק" – בחצרות בית ה', אינעם הויז פונעם אויבערשטן, וואו יעדער איד קען זיך אראפזעצן און זיך משתעשע זיין מיט די אמת'ע אוצרות אן קיין שום פחד פון גניבה.
ביי דעם באנק זענען די אוצרות אן א שיעור. יעדער ווארט צום אויבערשטן, יעדע תפילה, יעדער קאפיטל תהלים, א בלעטל גמרא אדער א פרק משניות – אלעס ווערט פארזיכטיג אוועקגעלייגט אין אונזער אייגענעם "אקאונט". און כאטש זיי זענען פיל טייערער פון גאלד און זילבער, "נחמדים מזהב ומפז", דארף מען אבער נישט קיין סעיף, נישט קיין שליסל און נישט קיין וועכטער; דער אויבערשטער געדענקט אלעס און פירט א קלארן חשבון, פון וואס גארנישט ווערט פארגעסן.
דער סיסטעם איז נישט היינט געבוירן געווארן; עס גייט שוין אן זינט קבלת התורה, ווען דער אויבערשטער האט אונז געגעבן די תורה הקדושה – אונזער גרעסטן אוצר. פון דעמאלט אן איז יעדע מצוה און יעדע לימוד ווי א דיפאזיט אין דעם אייביגן באנק.
און אנדערש ווי א גשמיות'דיגער באנק, איז דא נישטא קיין שום חשש פון "באנקראט". דער באנק קען קיינמאל נישט צוזאמפאלן, ווייל דאס איז דעם אויבערשטנס באנק.