דער באקאנטער "תיקון ליל שבועות דפוס היכל הקודש", צו באקומען ביי פארקאש טליתים
ב סיון תשע"ח 📝
מוהרא"ש ז"ל האט געזאגט אז דאס זאגן "תיקון ליל שבועות" אין די הייליגע נאכט פון יו"ט שבועות איז א מורא'דיגער תיקון אויף די עבירה פון ביטול תורה פון א גאנץ יאר, און איז מסוגל אריינצוברענגען אין א מענטש א שטארקע ליבשאפט צו די תורה, "טועמי' חיים זכו", מען פארזוכט פון אלע 24 ספרים פון תנ"ך וואס מען גייט מקבל זיין קומענדיגע צופרי, מען זאגט דער ערשטער און לעצטער פסוק פון יעדע פרשה, און אזוי שפירט מען די זיסקייט פון די הייליגע תורה.
מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דאס וואס מען האט צוגעלייגט אסאך שטיקלעך פון פארשידענע פרשיות, איז נישט דער עיקר פונעם תיקון ליל שבועות, און אסאך מאל איז עס גורם אז א מענטש זאגט שוין בכלל נישט קיין תיקון ליל שבועות, ווייל עס איז אים צו שווער צו זאגן אזא גרויסער תיקון. אבער ווען מען ווייסט אז דער עיקר תיקון איז דער ערשטער און לעצטער פסוק פון יעדע פרשה און ספר, וועט יעדער עס זיכער זאגן מיט א געוואלדיגע חשק, וואס דאס איז בכלל נישט שווער, און דאס מאכט א גרויסער תיקון אין אלע וועלטן.
מוהרא"ש האט געזאגט אז נאכן זאגן תנ"ך איז כדאי צו זאגן די "תרי"ג מצוות", ווייל דעם קומענדיגן אינדערפרי גייט מען מקבל זיין די תורה און די מצוות פון אייבערשטן, דארף מען דאך וויסן וואס זענען די מצוות, וועט דער קבלת התורה זיין א ריכטיגע קבלה. (שיחות מוהרא"ש חלק ט"ז)
דערפאר האט דער בית הדפוס פון היכל הקודש אין וויליאמסבורג אפגעדרוקט דער תיקון אויף דעם נוסח, און מוהרא”ש האט דאן גאר שטארק הנאה געהאט דערפון, זאגנדיג אז דאס וועט ברענגען אז פיל אידן זאלן כאטש זאגן דעם עיקר תיקון, און זוכה זיין דורך דעם צו די אלע גרויסע תיקונים. און זייט דעמאלט האט מען עס שוין איבערגעדרוקט פיל מאל. שטייענדיג יעצט פאר דעם הייליגן יו”ט שבועות , האט מען עס נאכאמאל איבערגעדרוקט פון פריש.
דער "תיקון ליל שבועות" איז דא דא צו באקומען
אין ישיבה תפארת התורה וויליאמסבורג – 27 סקילמאן סט.
פארקאש טליתים בארא פארק – 4529 16 עוו.
פארקאש טליתים קרית יואל - 8 העיס קט.