עס טוט זיך אן איבערקערעניש. אין די גרויסע שטאט ניו יארק (אין אמעריקע, ערגעץ נעבן מאנסי...) קומען פאר יעדע פיר יאר וואלן, וואו עס ווערט אויסגעוועלט א בירגערמייסטער - אדער א "מעיאר" - ווי מען רופט עס דארט אין אמעריקע, וואס זאל פירן די שטאט.
אין די יעצטיגע טעג האלט מען ווידער ביים מעיאר פארמעסט. ווי דער שטייגער, קומען צוערשט פאר "פריימעריס", וואו מען קלויבט אויס ווער עס זאל לויפן אויף יעדער פארטיי. ביי אונזער פאל איז זאהראן מאמדאני ארויסגעקומען דער זיגער אויף דער דעמאקראטישער זייט, באזיגנדיג דעם אמטירנדן מעיאר עדעמס און דעם געוועזענעם ניו יארקער גובערנאטאר קאומא.
די צוויי באזיגטע דעמאקראטן זענען געבליבן אינעם פארמעסט אלס "זעלבסטשטענדיגע" קאנדידאטן, און אויף דער רעפובליקאנער זייט לויפט דער בעל דמיון "קורטיס סליווע", וואס איז גרייט צו שווערן ביים גלח'ס בארד אז ער גייט זיגן אינעם פארמעסט. (זארגט אייך נישט, דער גלח האט נעבעך נישט קיין בארד...)
ווי אלע אנאליסטן זאגן פאראויס, וועט מאמדאני גרינג געווינען דעם פארמעסט. און אפילו נאכדעם וואס עדעמס האט איבערגעלאזט דעם פארמעסט און עס איז געבליבן בלויז קאומא קעגן מאמדאני, זעט מען נאך אלץ מאמדאני אלס דער געווינער גרינגערהייט.
ווער איז דער מאמדאני? ער איז געבוירן אין אוגאנדא, אפריקע מיט 33 יאר צוריק. דינט יעצט אלץ א סיטי קאונסיל מיטגליד אין א געגענט אין קווינס. ער איז א זעלבסט-דערקלערטער "סאשעליסט", א לינקער און א מוסלעמענער. די רעכטע פרובירן אים אראפצומאלן אלס א קאמוניסט, אנטיסעמיט, אנארכיסט און אז אויסער כאריזמא פארקויפט ער גארנישט.
מיר האבן פאר אייך גרויסע נייעס. איר דארפט נישט שטימען פאר מאמדאני אדער קאומאו. עס איז קלאר אז קיינער פון זיי קען נישט פירן די שטאט. זיי האבן בכלל נישט די ערפארונג, און בכלל זענען זייערע פאליסיס זייער נאריש פאר אונזערע געברויכן. עס איז דא א בעסערער קאנדידאט וואס האט די ריכטיגע קוואליפיקאציעס צו פירן די שטאט, און ער איז א גרויסער אוהב ישראל, און ער פארשטייט גוט צו אונזערע געברויכן.
מיר וועלן דא אינדארסן אונזער קאנדיטאט פאר מעיאר: מיר וועלן וואוטן פאר ביידע, סיי פאר "מודה אני" לפניך מלך חי וקיים, און סיי פאר וכל "קומה" לפניך לבד תשתחוה (קרעדיט: הרב יואל טייטלבוים). מיר וועלן זיין פארנומען טאג און נאכט צו דאנקען און לויבן דעם אויבערשטן, און ער וועט אונז ווייטער פירן אויפן בעסטן וועג.

ובחרת בחיים