א גוטן ר' גרשון קרעמער. איך האב א שאלה בנוגע דעם "ליבערטי מאנטיסעלאו" סיין וואס געפינט זיך ביי עקזיט 19 אויפ'ן טרואוועי, ווען מ'פארט פון קאנאדע קיין קרית יואל. נאכדעם וואס מ'נעמט דעם עקזיט, דארף מען נאך פארן כמעט א שעה צייט ביז מ'קומט אן קיין ליבערטי; מען דארף דורכפארן רוט 28, 209, 42, און 52. יעדע פון די אלע וועגן פירן צו פילע פארשידענע שטעטלעך, און לויט מיין חשבון קען מען פון דעם איינעם עקזיט אנקומען צו איבער הונדערט שטעט. אויב אזוי, בין איך נייגעריג צו וויסן פארוואס זענען דוקא "ליבערטי" און "מאנטיסעלאו" אויסגעקליבן געווארן ארויפצוגיין אויפ'ן סיין. אמת אז פאר אונז אידן האט עס א געוויסע חשיבות, וויבאלד די צוויי שטעט זענען די היים פון גרויסע הייליגע אידישע קהילות, אבער איך וואונדער מיך פארוואס ביי די אלגעמיינע גאס ווערט דאס אויך פאררעכנט פאר אזא וויכטיגע זאך אז מ'זאל עס ארויסשרייבן.
 
י. גוטמאן, מאנטריאל
 
גרשון קרעמער
 
צום ערשט, דאס איז זייער א גוטע שאלה. די אלע סיינס ווערן געשטעלט דורך די "דעפארטמענט אוו טראנספארטאציע" (DOT), וואס האבן זייערע אייגענע רעגולאציעס צו באשלוסן וועלכע שטעט זאלן פיגורירן אויף די גרויסע גרינע וועג-ווייזער שילדן.
 
מיר וועלן דא אויסרעכענען עטליכע פונקטן וואס קענען העלפן פארשטיין וויאזוי דאס ארבעט: די ערשטע זאך זענען די "קאנטראל סיטיס". לויט די פעדעראלע אנווייזונגען, קלויבט די די-או-טי (DOT) אויס פארשידענע שטעט וואס ווערן אנגערופן "קאנטראל שטעט". דאס זענען באקאנטע שטעט וואס דינען אלס אן אנדייטונג פאר דרייווערס צו וויסן אויב זיי פארן אין די ריכטיגע ריכטונג. וויבאלד ליבערטי און מאנטיסעלאו זענען די צוויי גרעסטע שטעט אין די סאליוואן קאונטי ראיאן, זענען זיי באשטימט געווארן אלס קאנטראל שטעט. אפילו אויב עס נעמט נאך א שעה צו פארן ביז אהין, העלפט דער סיין פאר די רייזענדע — ספעציעל פאר די וואס קומען פון ווייט און קענען נישט גוט דעם געגנט — צו פארשטיין אז זיי פארן ריכטיג.
 
אויסער דעם איז עקזיט 19 (קינגסטאן) א גאר וויכטיגער שיידוועג, היות עס דינט אלס דער הויפט אריינגאנג וואס פארבינדט דעם "טרואוועי" (I-87) מיט'ן קעטסקילס ראיאן דורך רוט 28 און רוט 209. בכלל, סיי היסטאריש און סיי עקאנאמיש, זענען ליבערטי און מאנטיסעלאו די גרעסטע האנדל און טוריזם צענטערן פונעם גאנצן ראיאן, וואו מיליאנען מענטשן פארן אהין פאר פארשידענע סיבות, אריינגערעכנט די פארקס, טרעילס, און אנדערע פארוויילונג ערטער.
 
דאס דערמאנט אונז די ווערטער פונעם הייליגן רבי'ן, וואס מאנט און פאדערט פון אונז כסדר מיר זאלן קוקן און מאכן א חשבון הנפש, זיך אויסשמועסן מיט'ן אויבערשטן, און זען צי מיר פארן אין די ריכטיגע ריכטונג. מיר דארפן כסדר האלטן פאר די אויגן וואו אונזער ציל איז. עס איז אמת אז כדי צו טרעפן דעם אויבערשטן זענען דא די גאנצע תרי"ג מצוות – יעדע מצוה ברענגט א מענטש נענטער צום אויבערשטן און יעדע גוטע זאך פירט אים צום ריכטיגן דעסטינאציע – אבער אויף די הויפט 'הייוועי' דארף מען ארויפשרייבן די וויכטיגסטע שטעט, וואס וועלן דערמאנען דעם מענטשן וואו ער דארף אנקומען. דער רבי האט זיך פארלייגט אויף געוויסע ספעציפישע זאכן, ווייל דאס וועט ברענגען דעם מענטשן צו אלעס אנדערש. צום ערשט איז דאס רעדן צום אויבערשטן; א מענטש זאל זיך קובע זיין א צייט ווען ער עפענט זיין מויל און שמועסט זיך דורך מיט'ן באשעפער. נאכדעם איז וויכטיג א מענטש זאל טון אלעס וואס ער קען נאר כדי צו זיין פרייליך. דאס זענען די צוויי זאכן מיט וואס א מענטש זאל זיך ארומנעמען, וואס דאס וועט אים העלפן אריבערגיין דעם וועג בשלום. "די וועלט איז ווי א שמאלע בריק," האט דער רבי געזאגט, "און דער עיקר איז נישט מורא צו האבן." פלעגט מוהרא"ש זאגן: "וואס זאל א מענטש טון כדי ער זאל נישט מורא האבן? ער זאל לייגן א צוים פון ביידע זייטן: פון איין זייט אמונה, און פון די צווייטע זייט שמחה."