פאר איבער הונדערט יאר צוריק איז די וועלט געווען אויף מיט די נייעס אז עס פארט ארויס א שיף פון א שטאט ענגלאנד קיין ניו יארק, "א שיף וואס די וועלט האט נאך אזאנס נישט געזען" האט מען גערעדט. די פירמע האט אריינגעבאכעט אויף די שיף אלע לוקסוס וואס די וועלט האט דאן געהאט, און די גרעסטע עשירים האבן זיך געריסן צו קויפן טיקעטס, און די וואס האבן זוכה געווען האבן זיך געשפירט ווי די וועלט איז זייערס, "איך האב א טיקעט אויפן טיטאניק" האבן זיי שטאלצירט.
 
די פירמע האט זיך ברייט אויפגעטון מיט זייער מעכטיגע שיף, און האבן הייס פארשפראכן אז דער שיף איז אזוי שטארק און פארזיכערט אז "עס קען ממש נישט זינקען", זיי האבן יעדעם מסביר געווען ווי פארגעשריטן דער שיף איז, און וויפיל זיכערהייט מיטלען עס פארמאגט, אז קיין שום זאך קען עס נישט בייקומען.
 
איין זאך האבן זיי פארגעסן, ווי דער ראש ישיבה זאגט אלץ, ווען א מענטש דרוקט זיך אויס "עס איז ערלעדיגט, פארלאז דיך אויף מיר!" דארף מען זייער מורא האבן, ווען מענטשן פארגעסן פונעם אויבערשטן, מען מיינט אז מענטש קענען עפעס "פארזיכערן", וועט דער אויבערשטער ווייזן ווער איז בעל הבית, א מענטש דארף אייביג זאגן, "מיטן אויבערשטענ'ס הילף", און און אויב ער האלט אז עפעס וועט זיין, זאגט א איד א מאמין "מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף וועט אזוי און אזוי זיין", אדער "איך פארלאז מיך אויפן אויבערשטן אז ער וועט עס פירן צום גוטן", וכדומה.
 
בשעת די איבער צוויי טויזענט פאסאנזשירן זענען געווען פארנומען מיט זייער שוואוילטאג, מען האט געהוליעט, געשיכור'ט און געפרעסן האט דער באשעפער צוגעפירט א גרויסע אייזבארג זאל שווימען אינעם ריכטונג ווי דער שיף האט געדארפט דורכפארן, און דער קאפיטאן מיט זיין גאווה - האלטענדיג אז דער שיף קען סייווי נישט זינקען - האט איגנארירט אלע ווארענונגען פון אנדערע שיפן וואס זענען נישט לאנג בעפאר דורכגעפארן אז מען דארף דארט זיין פארזיכטיג, און האט מיט א שטארקייט אריינגעזעצט אין א בארג וואס איז באשטאנען פון נישט מער ווי פארפרוירענע וואסער וואס האט דורגעריסן דעם שיף, וואס האט ניטאמאל געהאט גענוג רעטונג שיפלעך פאר אלעמען זייענדיג זיכער אז אפילו דאס ביסל איז גענצליך איבעריג.
 
עס האט גענומען נישט מער פון בערך צוויי און א האלב שעה, און דער גאנצער מעכטיגער שיף האט זיך געטראפן אונטערן ים. דער אויבערשטער האט געשיקט א שטארקע דערמאנונג פאר די מענטשן פון דער וועלט אז "יש מנהיג לבירה", ער דער רבונו של אולם פירט די וועלט.
 
זעט אויס אז עס איז שוין דורך צופיל יארן זינט דעם טיטאניק טראגעדיע, און די מענטשן האבן שוין ווידער פארגעסן ווער עס אין טשארדזש, ווער עס איז דער אמת'ער וועלט פירער, און עס האט זיך געמאכט א פירמע וואס האט ערצייגט א קליין אונטערוואסער שיפל און האט עס א נאמען געגעבן "טיטאן" וואס דערמיט האבן זיי אנאנסירט וועלן זיי פירן טוריסטן טויזנטער פיס אונטער די וואסער און ווייזן דעם גרויסן מעכטיגן שיף ווי עס ליגט אזוי הילפלאז אונטערן די וואסער שוין אזוי פיל יארן, און ווידעראמאל האבן מענשטן געהאט די חוצפה אויסצורופן אז זייער שיף קען נישט דורכפאלן, "עס איז אזוי סעיף אז עס קען נישט זינקען" האט דער אייגענטומער אויסגערופן, און די גרעסטע עשירים האבן זיך געיאוועט און געצאלט א פערטל מיליאן דאלער צו האבן די זכי' צו קענען פארן מיט'ן דעם סובמארין און וועלן זיך קענען אויפטון פאר זייערע חברים אז "איך בין שוין געפארן מיט דעם מעכטיגן סובמארין".
 
פאריגע וואך האט ווידער אמאל פאסירט די זעלבע זאך, דער אויבערשטער האט געוויזן אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויפן קיין מענטשן, און בשעת עטליכע גרויסע ביליאנערן האבן זיך געפונען דערין האט עס פלוצלינג פאסירט, זייער געלט און זייערע פארבינדונגען האט זיי גארנישט געהאלפן, אלע מעכטיגע מיליטערישע רעטונג שיפן און מאשינען וואס מען האט גערופן האבן זיי גארנישט געקענט העלפן, דער באשעפער האט אויפגעקראכט דעם שיפל, און פון איין סעקונדע אויפן צווייטן זענען זיי אלע פארלוירן געווארן אין די טיפענישן פונעם ים.
 
יעדע זאך וואס פאסירט אויף דער וועלט איז עס ווייל דער אויבערשטער וויל עפעס פון אונז, דער באשעפער וויל אז מיר זאלן אים אריינעמען אין אונזער לעבן, ער וויל זיין א שותף אין אונזער ביזנעס, ער וויל וואוינען אין אונזער שטוב, ער וויל מיר זאלן וויסן אז נישט איך און נישט מיין ווייב זענען בעל הבית אין אונזער הויז, ער איז דער אמת'ער בעל הבית, און נאר אים גייען מיר ביידע פאלגן.
 
אזוי אויך אין אלע תחומים פון לעבן וויל דער באשעפער אז מיר זאלן אים שטענדיג מיטנעמען, דורך דעם וואס מיר וועלן אלעס דורכשמועסן מיט אים, און טון אלעס וואס ער בעט פון אונז.