אן אינטערעסאנטע עפיזאד ווערט באקאנט אין די טעג. א איד איז לא עלינו דיאגנאזירט געווארן מיט די שווערע מחלה, און איז דורכגעגאנגען די שווערע כימא טעראפי באהנדלונגען ביי א בארימטע דאקטער, דער דאקטער איז געווען דער זעלבער וואס האט באהאנדעלט דעם גרויסן גאון דער ירושלימער רב, רבי יצחק טוביה ווייס זצ"ל וואס מיר שטייען נאך יעצט אין די טעג פון די שבעה פון זיין פטירה לחיי העולם הבא פארגאנגעם שבת קודש.
 
דער איד פארציילט אז נאכן דורכגיין א שטיק צייט די באהאנדלונגען, און ווי די סדר איז אז די רפואות פאר די ביטערע מחלה האבן דעם "סייד אפעקט" אז די האר פאלט ארויס, האבן זיינע האר אנגעהויבן ארויספאלן, וואס איז זייער א נישט געשמאקע זאך, ארומצוגיין אן קיין האר. האט ער געפרעגט דעם דאקטער, "וויאזוי קען זיין אז איך גיי דורך די זעלבע באהאנדלונג ווי דער ירושלימער רב רבי יצחק טוביה, און זיינע האר פאלן נישט ארויס? וואס בין איך אנדערש?!" האט אים דער דאקטער געזאגט, אז איך האב מיך אויך זייער געוואונדערט אויף דעם, און איך האב עס טאקע געפרעגט דעם רב אליינס, "וואס איז פשט אז דעם רב'ס האר האלט זיך אזוי שוין, אין די צייט וואס איך בין געוואוינט ביי מיינע אנדערע פאציענטן אז די האר פאלט ארויס נאכן דורכגיין די אלע באהאנדלונגען?" און ווייסט וואס דער רב האט מיר געענטפערט - פארציילט דער דאקטער: "איך האב געבעטן דעם אייבערשטן, איך האב געזאגט פארן באשעפער אז אזוי ווי איך דין אלס רב פון ירושלים, העלף מיר איך זאל בלייבן מיט מיין אידישע צורה, און קוק, דער אייבישטער האט מיר געהאלפן".
 
מיר אלע וועלן זיך אפלערנען פונעם הייליגן גאון וצדיק דער ירושלימער רב זצ"ל און גיין אין זיינע וועגן, און מיט א תמימות זיך אויסטענה'ן מיטן אייבערשטן, און אים בעטן סיי וואס מיר דארפן. און דער אייבישטער דער שומע תפלת כל פה וועט אונז זיכער אויסהערן און העלפן מיט אלעם וואס מיר דארפן.
 
קרוב השם לכל קוראיו לכל אשר יקראיהו באמת