זינט עס איז ארויס די נייעס בעפאר דעם יום טוב פסח הבעל"ט אז דער נייע ביכל גייט שוין אט צום דרוק, האט נישט אויפגעהערט צו קומען די בקשות פונעם ציבור, אלע האבן זיך נאכגעפרעגט "ווען קומט שוין ארויס דער נייער ביכל, מיינע קינדער ווארטן שוין דערויף!".
 
דערפאר איז יום בשורה הוא לנו, מען קען שוין מעלדן מיט פרייד פאר אלעמען אז היינט איז ברוך השם אנגעקומען פונעם דרוק פון ארץ ישראל דער ערשטער שיפמענט פון די נייע ביכל צום די גרויסע שמחה פון די קינדער וואס קענען שוין קוים ווארטן.
 
דער נייער ביכל אנטהאלט די פאלגענדע צען דראמאטישע מעשיות: זאגן תהלים מיט תמימות און פשיטות, ווייל איך בין א ברסלבער הייב איך זיך אויף, בעטן נאר פונעם אייבערשטן, שכוח אייבערשטער אז עס איז נאר די קו, פארשטיין די הייליגע תורה, אסאך מצוות, אויסגעריסן דעם טמא'נעם צלם, אפגעהיטענע אויגן, הפצה הפצה הפצה, דאס גרויסקייט פון א צדיק. ווי איר זעט אליינס, כאפט שוין אן א הרהור תשובה נאר פונעם זען די קעפלעך פון די מעשיות, די ערציילונגען זענען פול מיט חיזוק אויף אמונה, תפלה, אמונת צדיקים, טון מצוות ומעשיות טובים לעובדה ולמעשה, שמירת עינים, מידות טובות, תמימות און נאך, וואס דער ראש ישיבה האט אליינס געשריבן, און אריינגעלייגט דערין פילע מעסעדזשעס פון יראת שמים וואס וועט אריינגיין אין די קינדער נאך אין די וויגן, און וועט מיטוואקסן מיט זיי אלע זייערע יארן.
 
די מדפיסים זענען שוין אין די טעג פארנומען אנצוגרייטן דער צווייטער ביכל אין די סעריע וואס וועט אנטהאלטן די פאלגענדע צען שיינע מעשיות, זיך קיינמאל נישט פארלירן, וויאזוי ווערט מען א צדיק?, איך גיי צום רבין, ביים ציון פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, די פישעלעך טאנצן אריין אינעם שיף, פטור געווארן פון די הינט, ווי אזוי דארף מען בעטן דעם אייבערשטן?, א געפיל אין רבין, זיך דערהאלטן, לאז דיך נישט נארן.
 
די גאנצע ארבעט ווערט דורכגעפירט מיט די כסדר'דיגע הדרכה און איבערזיכט פון ראש ישיבה שליט"א דורך די געטרייע און איבערגעגעבנע "מכון עצתו אמונה" וואס האט אריינגעלייגט טעג און וואכן אז עס זאל מיטן אייבערשטנ'ס הילף ארויסקומען א הערליכע געלונגענע ביכל. מען האט אויפגענומען גאר ערפארענע דרוקערס, מעלערס און גראפיקער, מען האט עס געדרוקט אויף גאר גוטע קוואליטעט פאפיר, און עס לעמינעטעד עס זאל זיך האלט לענגער פאר די אינגע קינדער וואס וועלן זיך מחיה זיין מיט די הערליך פאכמאניש געמאלענע בילדער.
 
מען קען שוין באקומען דעם ביכל ביים קרן הדפסה, ביי די מפיצים, און אויפן וועבסייט.
 
🛒 מעשה'לעך פאר קינדער #1 בלויז $8.99