דער נייער בנין אין אומאן בויעט זיך ב"ה שנעל
ד אלול תשפ"ו 📝
מיר שטייען שוין אין די טעג פון חודש אלול. רבי נתן האט זיך אמאל אויסגעדרוקט איבער חודש אלול, אז פילע מענטשן "ברענען" חודש אלול – אבער למעשה טוט מען גארנישט. דער רבי האט געוואלט אז מען זאל נעמען יעדע התעוררות און עס אויספירן למעשה.
דער רבי האט אונז מחזק געווען אז חודש אלול איז א צייט צו מרבה זיין למעשה מיט לימוד התורה, מצוות און מעשים טובים: מען זאגט מער תהלים, מען רעדט מער צום אויבערשטן, מען לערנט תיקונים, די ספרים פון הייליגן רבי'ן, בלעטער גמרא, פרקים משניות, מען שטארקט זיך אין מעביר סדרה זיין, און אזוי ווייטער. אויף אזא וועג קומט מען נישט צום רבי'ן מיט ליידיגע הענט.
אבער פונקט ווי מען דארף זיך צוגרייטן ברוחניות, דארף מען אויך צוגרייטן דעם פיזישן פלאץ. עס איז נישט קיין סוד אז דער אלטער בנין איז ב"ה שוין לאנג איבערגעפילט, און ווי מיר האבן שוין עטליכע מאל באריכטעט, האט מען שוין ב"ה אנגעהויבן בויען א נייעם בנין וואס וועט אויך דינען אלס אן אכסניא פאר אנשי שלומנו וואס קומען קיין אומאן.
די נייע בילדער וואס קומען אריין פונעם קאנסטראקשן סייט ברענגען גוטע נייעס. מען זעט ווי מען האט שוין ב"ה געענדיגט בויען דעם בעיסמענט-פונדאמענט, און מען רוקט זיך מיט א שנעלקייט צום קומענדיגן שטאפל: מען פרעימט שוין דעם פלאר פונעם ערשטן שטאק – וואס דאס איז בעצם דער דאך פונעם בעיסמענט.
ווי הר"ר העניך אינדיג הי"ו, וועלכער געבט זיך געטריי אפ מיט'ן בנין, האט אונז מסביר געווען, זעט מען אויף די בילדער ווי מען לייגט קודם ארויף די האלצענע פארעם וואס דינט אלס א צייטווייליגע שטיצע פאר'ן קאנקריט. דערנאך ווערט ארויפגעלייגט די גאנצע "ריבאר" — די אייזענע שטאנגען וואס ווערן אריינגעגאסן אינעם קאנקריט און געבן פאר'ן פלאר זיין שטארקייט. נאכדעם ווערט דער גאנצער פלאר געגאסן מיט קאנקריט.
ווען דער קאנקריט ווערט גענוג אויסגעטרוקנט און שטארק, נעמט מען אראפ די צייטווייליגע האלץ און מען רוקט זיך ווייטער צום קומענדיגן שטאפל. אויף די בילדער זעט מען שוין די זוילן וואס זענען געגאסן געווארן, וואס וועלן האלטן דעם צווייטן שטאק אויף זיך.
יעצט אין די טעג פון חודש אלול, ווען דער עולם האט שוין די רענצלעך גרייט צו פארן קיין אומאן, איז געשמאק צו זען די גרויסע פארשריט וואס מיר אלע וועלן בעז"ה קענען זען מיט די אייגענע אויגן אין עטליכע וואכן ארום.
דער בנין איז נאך ווייט פון פארטיג, אבער די ארבעט גייט אן מיט א שטארקייט. מיט יעדן טאג זעט מען ווי פון די פאפירענע פלענער ווערט מער און מער א מציאות — און אויף קומענדיגן יאר האפט מען צום אויבערשטן צו האבן פרישע פלאץ פאר אנשי שלומנו, צו קענען פארברענגען אינאיינעם אויף א רואיגן און ערליכן פלאץ.
מי יתן לי אבר כיונה אעופה ציון הקדוש אומנה
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.