דער עליגעיטאר
כה תשרי תשפ"ז 📝
שאלה:
א גוטן, דא רעדט משה טייטלבוים. יישר כח גרשון קרעמער.
איך האב געלערנט איבער חיות, און איך האב געהערט אן אינטערעסאנטע זאך וועגן אן עליגעיטאר: זיין מויל איז גאר גאר שטארק; ווען ער מאכט עס צו און בייסט, איז עס מיט א געוואלדיגן כח. אבער מיט א בענדל אדער טעיפ קען מען אים האלטן דאס מויל פארמאכט און ער קען עס נישט עפענען. איז דאס ריכטיג? וויאזוי קען אזא קליין בענדל אפהאלטן אזא שטארקע חיה?
ענטפער פון גרשון קרעמער:
משה'לע, דו ביסט זייער גערעכט. האסט געפרעגט א זייער אינטערעסאנטע שאלה, און אויך פון אן עליגעיטאר קענען מיר זיך לערנען עפעס גאר נוצליך.
דער אייבערשטער האט באשאפן דעם עליגעיטאר מיט גאר שטארקע מוסקלען צו פארמאכן דאס מויל. "מוסקלען" זענען די טיילן אינעם גוף וואס געבן אונז כח זיך צו רירן. מיט די מוסקלען מאכט דער עליגעיטאר צו זיין מויל און בייסט מיט א געוואלדיגן כח.
אבער איין מוסקל קען נישט טון צוויי זאכן, און צו עפענען דאס מויל האט ער אנדערע מוסקלען וואס זענען פיל שוואכער. דערפאר קען ער גאר שטארק פארמאכן דאס מויל, אבער דאס עפענען גייט שוין שווער. דעריבער קען אפילו א שוואכע בענדל האלטן פארמאכט דאס מויל פון דעם שרעקעדיגן עליגעיטאר.
יעצט לאמיר זיך אביסל באטראכטן: אפשר זענען מיר אויך אביסל ווי דער עליגעיטאר? גאר אסאך מענטשן קענען זייער גרינג פארמאכן דאס מויל הערמעטיש, אבער זיי קענען עס נישט עפענען...
ווען עס קומט צו רעדן מיט א חבר, קענען דורכגיין עטליכע שעה מיט רעדן שטותים און נארישקייט אן דעם וואס מיר זאלן כאפן ווי די צייט איז געפלויגן. אבער ווען מען וויל רעדן צום אייבערשטן, שפירט מען פלוצלינג ווי דאס מויל ווערט פארקלעפט און פארקנאקט. און כאטש מען ווייסט אז רעדן צום אויבערשטן איז דער שליסל צו יעדע זאך, גייט עס אבער נישט.
די גמרא (סנהדרין צב ע"ב) זאגט, אז דער קעניג נבוכדנצר האט אנגעהויבן זאגן שירה, ער האט געוואלט לויבן דעם אייבערשטן. חז"ל זאגן אז זיינע ווערטער וואלטן געקענט זיין שענער און בעסער ווי די שירות ותשבחות פון דוד המלך. איז געקומען א מלאך און אים געגעבן א פאטש אויפן מויל. פרעגט זיך א קשיא: פארוואס זאל מען אים געבן א פאטש? אויב ער קען זאגן שירה, זאל ער זאגן! נאר - זאגן צדיקים - אז דוד המלך איז אריבער גאר אסאך שוועריקייטן, יסורים און צרות, און טראץ דעם האט ער נישט אויפגעהערט צו זאגן שירה.
נבוכדנצר טייערע, ווילסט זאגן שירה? קענסט זאגן "שענער ווי דוד המלך"? הארצן גערן, אבער בשעת ער איז א מושל בכיפה, אלעס גייט אים גוט, איז עס נישט קיין קונץ, לאמיר דיר געבן איין שנעלקעלע, אז עפעס זאל נישט גיין פונקטליך ווי דו ווילסט – און נבוכדנצר בלייבט שטום; ער קען זיך שוין נישט עפענען דאס מויל.
אויב דו שפירסט זיך אינעם משל, דאס מויל איז דיר פארשלאסן און עס גייט נישט, דארפסטו זיך נישט דערשרעקן, ווייל דו קענסט מאכן א תפילה טאקע פון דעם; זאג אט דאס פארן באשעפער (קענסט עס זאגן יעצט בשעת דו ליינסט דעם ארטיקל): "באשעפער, איך ווייס נישט וואס גייט פאר מיט מיר, פארוואס מיט יעדעם קען איך רעדן שעות אויף שעות, אבער ווען איך וויל רעדן צו דיר גייט עס מיר נישט. איך שפיר ווי עס ליגט א שווערע שלאס אויף מיין מויל! באשעפער, העלף מיר, עפן מיר מיין מויל, איך וויל רעדן צו דיר." און מיט דעם אליין רעדסטו שוין יעצט צום אויבערשטן.
משה'לע טייערער, לאמיר נישט זיין קיין עליגעיטאר, לאמיר עפענען דאס מויל און רעדן צום אייבערשטן. לאמיר נישט לאזן א קליין בענדל אונז אפהאלטן. ווארף א ווארט, א בקשה, אדער נאך א יישר כוח צום אויבערשטן. דער אייבערשטער הערט אונז.
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447, אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.