פראגע: פארוואס ווען א מענטש האט היץ, צום ביישפיל 101 גראד, דאס מיינט אז זיין קערפער איז קלאר הייס - יעדער וואס רירט אים צו שפירט תיכף אז ער ברענט. אבער ער פאר זיך וועט שרייען אז ער שפירט קאלט? וויאזוי קען עס זיין?
 
ענטפער: זייער א שטארקע שאלה, א מענטש האט פיווער איבער הונדערט גראד, אבער ער שפירט קאלט, בשעת זיין קערפער איז גאר הייס.
 
ווען א מענטש איז געזונט ער שפירט זיך גוט, איז זיין טעמפעראטור בערך 98 גראד, די געווענליכע "רום טעמפעטשור" איז (פאר אונזער משל) 68 גראד, דאס מיינט אז ווען אויב עס איז 30 גראד אונטער דעם קערפער'ס טעמפעראטור וועט א מענטש שפירן באקוועם, אבער אויב וועט ער זיין אין א צימער וואס איז 65 גראד, וועט ער שפירן קאלט. דאס איז ווייל ער איז יעצט מיט 33 גראד "העכער" פונעם טעמפעראטור אינעם צימער.
 
אבער די זעלבע זאך וועט פאסירן ווען א מענטש שפירט זיך נישט גוט, און זיין טעמפעראטור האט זיך געהויבן, דער חילק פונעם צימער (68) און זיין קערפער (101) איז 33 גראד, וואס דער מענטש אליינס וועט שפירן אז די לופט ארום אים איז "קאלט" כאטש עס איז בכלל נישט קאלט, פונקט ווי ער וואלט געווען אין א צימער פון 65 ווען ער שפירט ווען גוט.
 
דאס איז ווייל א מענטש שפירט נישט קיין פאקטן, ער שפירט נישט וויפיל עס איז דער טעמפעראטור אין די לופט, ער שפירט נאר די חילוק, און דאס איז אמת ביי רוב פון אונזערער געפילן, אונזערע שוועריקייטן און וואס מאכט אונז פרייליך.
 
לאמיר נעמען א ביישפיל, דער פאקט איז אז יעצט איז 5 אזייגער נאכמיטאג, אבער אין אונזער מח טייטשן מיר עס אויס אלץ "צייטליך", "שפעט", אדער "פרי", עס ווענדט זיך וואו מיר שטייען. אזוי אויך מיט וויאזוי מיר קוקן אן אונזער לעבן צי עס גייט אונז גוט, אדער מיר שפירן זיך ווי א דורכפאל, דאס איז אבסאלוט נישט קיין פאקט. מיר האבן טאקע איבערגייעכצער, מיר האבן פראבלעמען, נסיונות, אבער וויאזוי מיר זאלן קוקן דערויף איז אונזער בחירה.
 
עס איז דא א קליינע תורה אין ליקוטי מוהר"ן (חלק א' סימן קס"ה) "וְאָהַבְתָּ לְרֵעֲך כָּמוֹך אֲנִי ה" (וַיִּקְרָא י"ט) הַיְנוּ שֶׁתְּקַבֵּל בְּאַהֲבָה, כָּל הָרָעוֹת וְהַיִּסּוּרִין הַבָּאִים עָלֶיך כִּי רָאוּי שֶׁתֵּדַע, שֶׁלְּפִי מַעֲשֶׂיך אַחַר כָּל הַיִּסּוּרִים וְהָרָעוֹת שֶׁיֵּשׁ לְך עֲדַיִן הוּא מִתְנַהֵג עִמְּך בְּרַחֲמִים כִּי הָיָה מַגִּיעַ לְך יוֹתֵר וְיוֹתֵר, חַס וְשָׁלוֹם, לְפִי מַעֲשֶׂיך וְזֶהוּ "וְאָהַבְתָּ לְרֵעֲך" שֶׁ תֶּאֱהַב הָרָע שֶׁבָּא לְך הַיְנוּ הָרָעוֹת וְהַיִּסּוּרִין הַבָּאִים עָלֶיך, חַס וְשָׁלוֹם תְּקַבְּלֵם בְּאַהֲבָה כִּי כָּמוֹך כְּמוֹ שֶׁאַתָּה הוּא, הַיְנוּ לְפִי מַעֲשֶׂיך "אֲנִי ה", בַּעַל הָרַחֲמִים, עֲדַיִן אֲנִי מִתְנַהֵג עִמְּך בְּרַחֲמִים כַּנַּ"ל.
 
א מענשט זאל אננעמען באהבה די שווערקייטן און יסורים וואס ער גייט דורך, ווייל ווען א מענטש וועט וויסן אז לויט זיינע מעשים, פירט זיך דער אויבערשטער מיט אים מיט גרויס רחמים, ווייל עס קומט זיך פאר אים אסאך מער ח"ו, דער רבי טייטשט מיט דעם דער פסוק, "ואהבת לרעך", זאלסט ליב האבן די שלעכטע און שווערע זאכן וואס ער גייט דורך, זאלסט עס מקבל זיין באהבה, ווייל "כמוך", לויט וויאזוי ווי דו ביסט, "אני ה'" בין איך בבחנית רחמים, און ווען מען זאל זיך באגיין מיט דיר לפי שורת הדין וואלט ווען געווען אסאך ערגער.