דער פיאנא
כב חשון תשפ"ו 📝
גרשון קרעמער
שאלה: איך בין נייגעריג צו פארשטיין ווי אזוי פיאנאס ארבעטן. היינטיגע ארבעטן מיט עלעקטריציטעט. אבער די גרויסע אלטמאדישע פיאנאס, ווי אזוי קען יעדער קנעפל ארויסגעבן אן אנדערן טאן - אן קיין עלעקטריציטעט?
שלום יאקאבאוויטש
ענטפער: מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף. לאמיר "אויפהייבן דעם דעקל" פון דעם שיינעם גרויסן פיאנא און זען וואס טוט זיך אינעווייניג:
ווען דו דרוקסט דעם קנעפל, הייבט זיך אויף א קליינע האלצערנע שטיקל, וואס שטופט א האמערל צו עטליכע "סטרונעס".
יעדער טאן האט זיך זיינע אייגענע סטרונעס: קורצערע, דינערע פאר די הויכע טענער; לענגערע, דיקערע פאר די נידריגע טענער. ווען דער האמער קלאפט אויף די סטרונעס איז עס גורם אז זיי זאלן זיך שאקלען און "ציטערן". די ציטערונגען גייען דאן צו א גרויסער האלצערנער קלאנג-ברעט, וואס פארשטארקט נאטורליך דעם קלאנג—אן קיין ספיקערס אדער עלעקטריציטעט.
דער טאן ווענדט זיך אין דריי זאכן:
• די לענג פון די סטרונע (לענגער מאכט א נידריגערן טאן, און וואס קורצער איז דער טאן העכער).
• די דיקעקייט און ווי שטארק יעדע סטרונע איז אויסגעצויגן (שטייף און דין מאכט א הויכן טאן, לויז און דיק מאכט א נידריגן טאן).
• די צאל סטרונעס (די מיטעלע און הויכע קנעפלעך ניצן בדרך כלל דריי סטרונעס אינאיינעם וואס געבן ארויס א רייכערן קלאנג; די נידריגע (באס) קנעפלעך ניצן געווענליך איין אדער צוויי דיקע סטרונעס).
ווען מען לאזט אפ דעם קנעפל, פאלט אראפ א קליינע ווייכע האמערל אויף די סטרונע וואס שטעלט אפ די ציטערונגען, און עס הערט אויף צו "זינגען". מיט דעם וועסטו שוין לכאורה פארשטיין פארוואס ווען דו האלטסט ווייטער אן דיין פינגער אויפן קנעפל בלייבט דער טאן זינגען.
דער גאנצער פראצעדור איז הונדערט פראצענט מעכאניש. עס איז געבויט פון האלץ, ווייכע סחורה און אייזן, און דער פיאנע אזוי ווי מיר קענען איר היינט איז שוין אלט בערך 300 יאר.
וואס קענען מיר ארויסנעמען דערפון פאר אונז? מוהרא"ש זי"ע האט געזאגט אז עס איז זייער גוט מען זאל רעדן צום אויבערשטן מיט א ניגון, יעדער זאל נעמען דעם ניגון וואס רעדט פערזענליך צו זיין הארץ. יעדער ניגון איז אנדערש, און יעדער איד איז אנדערש. אבער אויך זאגט דער קיבארד אז כאטש יעדער קנעפל האט א באזונדערע קלאנג, אבער צוזאמען זינגען זיי הערליכע לידער. מען דארף טאקע פון איין זייט האבן יעדן קנעפל, אויב איין קנעפל פעלט קען מען נישט שפילן דעם ניגון. עס וועט נישט האבן קיין טעם. אבער פון די אנדערע זייט קען זיך קיין איין קנעפל נישט גרויס האלטן אז ער איז די זאך. דער זינגט דיקע שטימעס, דער שפילט הויכע שטימעס, אבער ווען מען איז באחדות, קיינער זוכט זיך נישט צו גרויסן איינער אויפן צווייטן, איז דער ניגון וואס קומט ארויס פון כלל ישראל אזוי שיין. די הארמאניס, די אינטראס, דער באס און די מעלאדיעס זענען מלא חן. יעדער איד געבט צו זיין טעם און זיין געשמאק.
טייערער איד, הייב אויף דעם דעקל פון דיין פיאנא און אנטדעק די כחות וואס דער אויבערשטער האט "דיר" געגעבן, וועסטו מצליח זיין אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.
זיך צו פארבינדן מיט'ן שרייבער קענט איר לאזן א מעסעדזש אויף 845-445-7447 אדער askgershon@gmail.com.