שאלה: ווער איז אויפגעקומען מיט'ן קאמפיוטער קיבארד, און פארוואס איז עס פארדרייט און נישט אויפן סדר פון די אל"ף בי"ת?
 
ענטפער: די מערסט אויפגעכאפטע סדר פון די קיבארדס רופט מען QWERTY (לויט די ערשטע קנעפלעך פונעם קיבארד) דאס איז אנטוויקעלט געווארן דורך אן אמעריקאנער פארשוין מיט'ן נאמען קריסטאפער לאטאם שולס, וואס האט אויך געמאכט דער ערשטער מאסן פראדוצירטע טייפרייטער מאשין מיט בערך בערך 150 יאר צוריק.
 
די סיבה פארוואס ער האט געמאכט די אותיות פארדרייט איז בעיקר צוליב וואס ער האט געוואלט אפטיילן די אותיות וואס מען נוצט אפט איינע נאכן צווייטן אין ענגליש, אז זיי זאלן נישט זיין צוזאמען, ווייל די דעמאלטסדיגע טייפרייטערס פלעגן גרינג ווערן פארהאנקערט אויב מען האט צו שנעל געדרוקט צוויי קנעפלעך איינע נעבן צווייטן.
 
מיט בערך פופציג יאר שפעטער האט א איד מיט'ן נאמען ר' דוד יאנקלאוויטש וואס האט געהאלפן ערצייגן א אידישע טייפרייטער אויסגעשטעלט אונזער באקאנטער אידיש / לשון הקודש קיבארד. און אזוי ווי ביים ענגלישן סדר האט ער אויך בעיקר געזוכט אפצוטיילן אותיות וואס מען נוצט אפט אינאיינעם, אבער ער האט אויך געלייגט א געוויכט אז די אותיות וואס מען אפט זאל זיין אין צענטער און גרינג צו גרייכן, דערפאר זענען די אותיות "ו, מ, ה, א, י, און ע" אין צענטער, ווייל דאס זענען גאר אפטע אותיות אין אידיש און לשון הקודש.
 
ווען זאכן גייען אונז "שלא כסדר" זאכן זענען צומיש, עס גייט אונז נישט וויאזוי מיר ווילן, דארפן מיר געדענקען אז "שלא כסדר" איז "כסדר", פונקט ווי ביים קיבארד האט מען אויסגעשטעלט א צומשיטע סדר, ווייל דאס איז פאר די טובה פון די באנוצער, כל שכן וכל שכן דער רבונו של עולם, וואס מיר האבן נישט די מינדעסטע השגה וויאזוי ער פירט די וועלט, קענען מיר האבן פארשטיין אז דאס איז די בעסטע פאר אונזער תכלית.
 
אידישע קינדער פרעגן נישט קיין קשיות, מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן "למה, יאמרו הגוים", א גוי פרעגט פארוואס, און "אשרי העם, שככה, לו", וואויל איז פאר אידישע קינדער וואס זאגן אט אזוי. וויאזוי? אט אזוי. ווייל אז א איד גלייבט באמונה שלימה אז דאס וואס עס גייט דורך אויף אים איז פאר זיין טובה, דאס איז מעין עולם הבא, אזא מענטש קען נישט ווערן באשטראפט, ווייל וויאזוי עס זאל אים גיין, און וואס עס זאל נאר נישט פאסירן מיט אים, וועט ער אייביג בלייבן פרייליך און צופרידן. ווי דוד המלך דרוקט זיך אויס אין תהלים ווי ער שפירט זיך פארזיכערט אינעם הענט פונעם אייבערשטן "כגמל עלי אמו כגמל עלי נפשי", אזוי ווי א ניי געבוירן קינד אינעם שויס פון די מאמע.
 
איר קענט שיקן א שאלה צו askgershon@gmail.com.