דער קאנטינענט אזיע - רוסלאנד
יח אדר א' תשפ"ד 📝
דער גרעסטער קאנטינענט אויף דער וועלט איז בלי ספק אזיע, סיי אין שטח, סיי אין פאפולאציע, סיי אין דזשי די פי. אין שטח פארנעמט אזיע כמעט א דריטל פון די וועלטס שטח, איבער פיר און א האלב "ביליאן" מענטשן - וואס איז כמעט "צוויי דריטל" מענטשן פון די גאנצע וועלט - וואוינען אין אזיע, די דזשי די פי פון אזיע איז כמעט פערציג טרילאן דאלער, וואס איז כמעט פערציג פראצענט פון די וועלט'ס דזשי די פי.
ביי אונז האט אזיע א גרויסע חשיבות צוליב וואס ארץ ישראל געפונט זיך אין איר, אזוי אויך בבל ווי די הייליגע תנאים און אמוראים האבן געשריבן די גמרא. די גאנצע מעשה פון די מגילה האט זיך אפגעשפילט אין אזיע, די לענדער פרס ומדי, זענען לויט רוב דיעות בערך ווי די היינטיגע "איראן" און "אינדיע" געפונען זיך.
עס איז נישט מעגליך אין ראם פון איין ארטיקל צו ענדיגן איבער אזיע, וועלן מיר רעדן בלויז פון די גרעסטע לאנד אין אזיע וואס איז אונזער באקאנטער "רוסלאנד" וואס כמעט אכציג פראצענט רוסלאנד איז אין אזיע. רוסלאנד איז אזוי גרויס אז זי דעקט צו א דריטל פון גאנץ אזיע. דער חלק פון רוסלאד וואס געפונט זיך אין אזיע איז אונז גוט באקאנט, דער חלק רוסלאנד רופט זיך "סיביר", וואו טויזנטער הייליגע אידן האבן אונז איבערגעלאזט פעק מיט מעשיות פון אמת'ע מסירת נפש, ווען מען האט נישט אפגעלאזט דעם אויבערשטן און די אמונה טראץ אלע פייניגונגען וואס זיי האבן דורכגעמאכט, צו וואס מיר וועלן באלד צוריק קומען.
כאטש רוסלאנד האט פארלוירן פילע ריפאבליקס ("לענדער") וואס זענען געווען א טייל פון זייערע פעדעראציע ווען די סאוויעטישע פארבאנד האט זיך אויפגעלעזט אין יאר תשנ"א, פארמאגט זיך נאך היינט פילע ריפאבליקס וואס דארפן צו הייסן טיילווייז זעלבסטשטענדיג פארמאגענדיג אייגענע שפראכן, און אן אייגענע רעגירונג. עטליכע באקאנטע ריפאבליקס וואס זענען א טייל פון רוסלאנד זענען טשעטשניע, קארקאסיע, און דאגעסטאן.
מוהרא"ש פלעגט אלץ פארציילן די מעשה פון נטע גורעליק, וואס איז געווען ערליכע חסידישע בחור וואס איז אנגעקומען קיין אומאן אין די צייטן ווען קאמוניזם האט געהערשט מיט גאנצן קראפט, ער האט זיך דארט באקענט מיט אנשי שלומינו, וואו ער איז געוואר געווארן פונעם סוד פון אוועקווארפן אלע חכמות און רעדן צום אויבערשטן בתמימות ובפשיטות, און אים פארציילן אלעס וואס גייט אויף אים דורך.
עס איז נישט דורך קיין לאנגע צייט, און די אויטאריטעטן האבן אים געכאפט ווי ער העלפט ארויס פארשפרייטן אידישקייט און לערנט תורה מיט קינדער, מען האט אים פארשיקט קיין סיביר. נטע וויסענדיג אז אין די קעלט פון סיביר איז כמעט אוממעגליך איבערצולעבן האט ער שטארק מתפלל געווען אין די וואכן פארענדיג אויף די באן קיין סיביר דער אויבערשטער זאל אים העלפן ער זאל עס קענען דורכמאכן.
אנקומענדיג האט דער אויבערשטער געמאכט א נס אז ער האט נושא חן געווען אין די אויגן פון די פירערס, און מען האט אים געגעבן "אינדאר" ארבעט, ער זאל באדינען די פאליציי און די אנדערע באאמטע, דאס מיינט אז ער וועט זיך געפונען אין די אפיסעס געביידע וואו עס איז געווען פיינע הייצונג. נאך א קורצע צייט איז אנגעקומען אהין א טאכטער פון א גלח וואס די רעגירונג האט אויך פאראורטיילט קיין סיביר, און אויך איר האט מען געגעבן ארבעט דארט.
יעדע נאכט פלעגט דער גלח'ס טאכטער אים משוגע מאכן און געפייניגט ער זאל זינדיגן מיט איר, ער פלעט דאן ארויס לויפן אין די קעלט און שרייען צום אויבערשטן "ראטעווע מיך, איך ווער פארברענט", און ער איז נישט צוריק ביז ווען ער איז שוין זיכער געוען אז זי שלאפט שוין.
נאך דריי יאר ארבעטן דארט געטריי און איבערגעגעבן, האבן זיי באשלאסן אים צו באפרייען, און לכבוד דעם האט מען אים געמאכט א "געזעגענונגס פארטי", און ווען אלע זענען דארט געזעצן, האט דאס מיידל זיך אויפגעשטעלט און געזאגט "אויב איז דא הייליגע בחור אויף דער וועלט, איז עס דער בחור", און האט פארציילט וויאזוי ער האט זיך יעדע נאכט דריי יאר אין א ציה זיך ארויסגערדרייט פון איר.
ווען נטע איז צוריק געקומען קיין אומאן האט ער פארציילט זיין געשיכטע פאר אנשי שלומינו - אלע האבן געוויינט - האט רבי לוי יצחק בענדער זי"ע וואס איז דארט געזעצן פארציילט - און נטע האט אויסגעפירט, "איך האב געהאט א נס אז איך האב מיך באקענט מיט אנשי שלומינו און זיך אויסגעלערענט רעדן צום אויבערשטן בתמימות איידער איך בין אנגעקומען קיין סיביר, ווייל ווען איך נוץ ווען חכמה און שכל, וואלט נישט מעגליך געווען ביישטיין די נסיון".
אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.