דער ראש ישיבה באזוכט אין ארץ ישראל צום יארצייט פון זיין באבע ע"ה א"ח הגאון רבי יחזקאל ראטה שליט"א
יט כסלו תשע"ט 📝
פארגאנגענעם דינסטאג האט זיך דער ראש ישיבה ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ארץ ישראל צו זיין אויף זיין באבע'ס יארצייט. דער ראש ישיבה איז געווען אין מירון צום יארצייט אויף שבת קודש.
פרייטאג צו נאכטס האט מען געדאווענט אויבן אין די מערה.
שבת אינדערפרי האט מען געדאווענט אין די דירה פון זיין גרויסן זיידן דער קארלסבורגער רב שליט"א אין זיין בית המדרש מראה יחזקאל. דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט שחרית פארן עמוד.
מוצאי שבת איז דער ראש ישיבה געפארן קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש, און איז דארט געווען א גאנצע נאכט און געדאווענט שחרית ביים ציון.
אויפן וועג צוריק האט דער ראש ישיבה געמאכט א סטאפ אין אומאן צו זיין ביים ציון פון הייליגן רבין.