בחדרת הקודש גרייטן זיך אנשי שלומינו צום יארצייט פון הייליגן רבין וואס געפאלט אויס מאנטאג חול המועד סוכות ח"י תשרי הבעל"ט.
 
טראצדעם וואס עס זענען שוין פאריבער גאנצע 213 יאר פון די פטירה פון הייליגן רבי'ן האט זיך דער לעכטל פון הייליגן רבין נישט נאר נישט אויסגעלאשן, נאר פארקערט, מיט יעדן טאג וואס גייט אריבער צינדט זיך דער פייער אן שטארקער און שטארקער, ווי דער רבי האט פארשפראכן "מיין פייערל וועט ברענען ביז משיח וועט קומען", דער רבי האט געזאגט אז ער וועט זיין אנדערש ווי אנדערע צדיקים, וואס האבן אראפגעברענגט א פייער א לעכטיגקייט אויף דער וועלט, און ווען זיי זענען נסתלק געווארן לחיי העולם האבן זיי מיט גענומען מיט זיך דעם אור, אבער דער רבי האט איבערגעלאזט ספרים וואס באשיינען און באלייכטן די וועלט, עצות און חיזוק וואס ברענגען צוריק אידן צום אויבערשטן אויף א פארנעם וואס ווערט נאר פארמערט מיט יעדן דורכגייענדען טאג.
 
וואס דארף מען מער פון דעם וואס מיר האבן נארוואס געזען אין אומאן, מענטשן שטייען און שטוינען ווער האט געוואשן די מחות פון די צענדליגע טויזנטער אידן אז זיי זאלן נעמען אויף זיך די מיסיע פון זיך צורייסן און צופליקן פארן ענדלאזע שעות אריין אין א מלחמה געפלאגטע לאנד, אבער דער ענטפער איז זייער פשוט, די אידן האבן טועם געווען פון די זיסע און לעכטיגע ווערטער פון רבין וואס האט זיי געטוישט און געמאכט שפירן דעם אויבערשטן, האט זיי צוגעקלעבט צו די תורה, האט אריינגעגעבן אין זיי די זיסקייט פון תורה ומצוות, ווען אזא איד הערט די בקשה פון רבי'ן "קיינער טאר נישט פעלן", קוקט ער שוין נישט אויף גארנישט, און מיט אמונת חכמים פאלגט ער און טוט וואס דער צדיק בעט.
 
יעדעס יאר חול המעוד סוכות ווען עס קומט דער גרויסער טאג פון די הילולא קדישא, קומען פאר סעודות הילולות איבער די גאנצע וועלט, ווי אנשי שלומינו קומען זיך צוזאם און חזר'ן איבער די ווערטער פון הייליגן רבי'ן און דערווארימען זיך צו זיין פייער, אויך אין היכל הקודש וועלן זיך אנשי שלומינו זיך צוזאם קומען אין אלע בתי מדרשים איבער די וועלט ווי די גבאים וועלן אויפטרעטן און רעדן פון די חיזוק און עצות פון רבין אויף די וועג וואס מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערענט, דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה פראווען דעם יארצייט מאנטאג נאכט אין וויליאמסבורג אין די סוכה קעגן איבער דעם בית המדרש אויף 27 סקילמאן סט. און וועט בעז"ה אויפטרעטן מיט א שיינע שמועס. מען וועט זיך וואשן צו א סעודה, און וועט נאכפאלגן מיט א פרייליכע שמחת בית השואבה אין בית המדרש.