גאנץ כלל ישראל שפירט א שטארקע שייכות צום הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי, אבער ביי חסידי ברסלב איז דער קשר אן אויסנאם. ברסלב'ער חסידים האבן שטענדיג געהערט פונעם רבי'ן איבער די גרויסקייט פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי, די חשיבות פון מתפלל זיין ביי קברי צדיקים וואו מען קען פועלן אפילו ווען מען איז עס נישט ווערד, און די געוואלדיגקייט פון לערנען דעם זוהר הקדוש.
 
נאך לאנג איידער מירון איז געווארן פאפולער אין די וועלט, אפילו ווען עס איז נאך געווען גאר שווער אנצוקומען צום ציון הקדוש אין מירון, פלעגט מען שטענדיג טרעפן ברסלב'ער חסידים מתפלל זיין און זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אויבערשטן ביים הייליגן ציון אין מירון.
 
יעצט ווען עס קומט שוין נענטער דער גרויסער און הייליגער טאג ל"ג בעומר, גרייטן זיך די גבאים צום גרויסן טאג אזוי ווי יעדעס יאר. אבער בפרט דאס יאר האבן אנשי שלומינו אויפגענומען די גוטע בשורה מיט פרייד, אז צום ערשטן מאל וועלן מיר האבן די זכיה אז דער ראש ישיבה וועט פראווען דעם הייליגן טאג אינאיינעם מיט אונז דא אין אמעריקע. אנדערש ווי אין די פריערדיגע יארן וואס ער פלעגט פארן קיין מירון צום ציון הקדוש, וועט מען זיך דאס יאר מקשר זיין צום צדיק דורך לערנען זיינע הייליגע ספרים, דעם זוהר הקדוש און תיקוני זוהר, פון וואו אימער מען געפינט זיך.
 
דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדרוקט: "עס איז מיר חשוב'ער צו בלייבן דא מיט אנשי שלומינו ווי איידער צו פארן קיין מירון, אויב קען איך פועל'ן אז אנשי שלומינו זאלן אנהייבן לערנען זוהר הקדוש". דער ראש ישיבה וויל מאכן אן אויפוואכונג אז יעדער זאל זיך קובע זיין שיעורים אין זוהר הקדוש און תיקוני זוהר, און דאס איז אים פיל וויכטיגער און חשוב'ער ווי זיין ל"ג בעומר אין מירון.
 
דער פלאן איז אז אי"ה ל"ג בעומר - דינסטאג פרשת בהר-בחוקותי נאכמיטאג - וועט מען זיך צאמקומען פארנט פונעם בית המדרש הגדול אויף האשקי ראוד, וואו מען וועט אנצינדן א גרויסע מדורה אזוי ווי מען פירט זיך בכל תפוצות ישראל. מען וועט זינגען און טאנצן לכבוד התנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי, און פועל'ן אלעס גוטס דורך שמחה של מצוה.
 
דערנאך וועט צוגעשטעלט ווערן א גרויסע סעודה אין בית המדרש, וואו מען וועט האבן די זכיה צו הערן ביים סעודה גאר וויכטיגע דיבורים פונעם ראש ישיבה שליט"א איבער וואס מען דארף זיך פארנעמען אין אט דעם הייליגן טאג ל"ג בעומר.
 
די פייער און די טענץ אינדרויסן פון שול וועלן פארקומען אויפן גרויסן פארקינג לאט פארנט פון בית המדרש. די פרויען וועלן שטיין ביים אויבערשטן פארקינג לאט, וואו עס וועט זיין גאר באקוועם מיטצוהאלטן דעם גאנצן מעמד.
 
די עוסקים במלאכת הקודש האבן געבעטן מודיע צו זיין אז עס ווערן געזוכט בחורים און אינגעלייט וואס זענען גרייט ארויסצוהעלפן מיט'ן מעמד במשך דעם גאנצן טאג, אנגעהויבן פון פירן די טרעפיק אויף האשקי און דרייוון די באסעס אויפצופיקן דעם ציבור פון די באשטימטע פארקינג פלעצער (ווי עס הייסט יעצט וועלן זיין שאטעלס וואס וועלן אויפנעמען דעם עולם פונעם 'באזאר' וואו עס איז דא פיל פארקינג), און אזוי אויך צוצושטעלן די סעודה וכדומה. ווער עס וויל האבן די זכיה זאל זיך ביטע מעלדן צום משמש מו"ה ישראל פוקס הי"ו.
 
דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער מעמד זאל ברענגן די ריכטיגע השפעות פאר אונז און פאר גאנץ כלל ישראל, און דער עיקר זאל מען קענען ארויסנעמען דערפון לעובדא ולמעשה וויאזוי זיך צו פירן אין לעבן ווי ערליכע אידן.

 
תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו.