דער ראש ישיבה לאזט זיך ארויס אויף א קורצע נסיעה צו די מקומות הקודשים אין אייראפע
יח כסלו תשפ"ב 📝
דער ראש ישיבה האט זיך ארויסגעלאזט אויף א קורצע נסיעה צו די ציון פון די צדיקים וקדושים אין אייראפע, אין באגלייטונג פון בערך 40 תלמידים פון ניו יארק און ארץ ישראל, וועלכע האבן אריינגעברענגט ביים לעצטן קאמפיין פאר די ישיבה גרעסערע סכומים.
מען האט זיך ארויסגעלאזט פון ניו יארק זונטאג אווענט, און מען איז אנגעקומען קיין וויען עסטרייך מאנטאג אינדערפרי, אויפן פליגער איז דער ראש ישיבה געזעצן און געשריבן בריוו פאר שאלות א גאנצע צייט.
אין וויען אין עירפארט האט מען זיך צוזאם געטראפן מיט די חבורה פון תלמידים פון ארץ ישראל. דאן איז מען געגאנגען אין וויען אין מקוה, געדאווענט אינעם לאקאלן בית המדרש, ווי דער ראש ישיבה האט עולה געווען לתורה און געבענטשט גומל, און מוציא געווען אלע מיטרייזענדע, דערנאך האט מען געגעסן א נארהאפטיגע פרישטאג.
נאכן עסן האט מען זיך ארויסגעלאזט מיט א באס קיין סלאוואקיע צום שטאט פרעשבורג צום ציון פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע. עס האט געהערשט א גרויס התעוררות ביים ציון, מען האט געזאגט תהלים, און מתפלל געווען יעדער וואס ער דארף, און מען האט געזונגען ווארימע ניגונים.
דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט קיין אונגארן, צום שטאט איהעל, צום ציון פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע, ווי מען האט מתפלל געווען מיט גרויס התעוררות און געזונגען מיט גרויס ווארעמקייט.
דערנאך איז מען געפארן קיין ליסקא, זיך אויסבעטן ביים הייליגן צום ציון פון רבי הערשעלע ליסקער זי"ע.
יעצט בשעת מען שרייבט די שורות איז מען ביים ציון פונעם צדיק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע, ווי מען איז מתפלל און מען פועלט גרויסע ישועות.
מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען זיין צוריק אין ניו יארק אום מיטוואך אווענט.
על ידי השתטחות על קברי צדיקים, הקב"ה עושה לו טובות, אף על פי שאינו ראוי לכך. (ספר המידות, אות צדיק, קעג)
📸 נאכטמאל אין קערעסטיר
🎞️ ניגוני התעוררות ביים ציון הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע
🎞️ ניגוני התעוררות ביים ציון הרה"ק רבי הערשלע ליסקער זי"ע
🎞️ תהלים ביים ציון הרה"ק בעל חתם סופר זי"ע