🎭 דער ראש ישיבה איז מחנך די קינדער וואס מיינט "א מעכטיגע פארשטעלאכטס"
י אדר תשפ"א 📝
אין א באזוך וואס דער ראש ישיבה האט אפגעשטאט אין חדר פאריגע וואך, האט דער ראש ישיבה שליט"א געשמועסט מיט די קינדער איבער די גרויסקייט פונעם יום טוב פורים וואס קומט שוין אן, און וואס מען לערנט זיך ארויס פון די מגילה.
אינמיטן די שמועס האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט פאר די קינדער און זיי געוויזן א לעבעדיגע ביישפיל, אז מען זאל נישט מוטשען א מאמע און ארויסקוועטשן דורכדעם טייערע פארשטעלאכטס, כדי צו ווערן אזוי א "מעכטיגע אינגל" - ווי די קינדער רופן דאס.
"וויאזוי איז מען א מעכטיגע אינגל"? האט דער ראש ישיבה געפרעגט די קינדער - "ווער עס טשעפעט נישט - ער איז דער מעכטיגסטער אינגל אין ברסלב!" האט דער ראש ישיבה געענטפערט, "מעכטיג איז א אינגל וואס פאנטשט נישט אנדערע קינדער!"
דער ראש ישיבה האט ווייטער ערקלערט פאר די קינדער "אויב פורים גייסטו זען אין שול א אינגל וואס האט נישט עפעס א טייערע קאסטיום, ער האט עפעס א פלעינע זאך, זיין מאמע האט אים געזאגט 'דאס' איז די בעסטע פארשטעלאכטס", דער ראש ישיבה האט ארומגעבינדן א שאל ארום זיין קאפ און געוויזן פאר די קינדער "וועסט זיין א באביטשקע, גיי ארום אזוי איינגעבויגן", דער ראש ישיבה האט זיך אויפגעשטעלט און געוויזן פאר די קינדער צו די געלעכטער פון די זיסע קינדערלעך, "אזא גוטע פארשטעלכאטס" האט דער ראש ישיבה זיי געזאגט, "עס קאסט נישט קיין געלט!", "אויך קען מען מאכט די גלעזער פארקערט, אזוי" האט דער ראש ישיבה געוויזן, "קוק, איך בין פארשטעלט!"
דערנאך האט דער ראש ישיבה זיי געוויזן וויאזוי מ'קען זיך פארשטעלן ווי א רבי, "יעצט וועל איך זיך מאכן ווייסע פיאות". דער ראש ישיבה האט גענומען א טישו, עס איינגעדרייט און אריינגעלייגט אין די גלעזער "קוק מיין ווייסע פיאות, עס קאסט נישט קיין געלט! א מעכטיגע פארשטעלאכטס!", דער ראש ישיבה האט געלייגט א טישו אויף זיין מויל "יעצט האב איך א ווייסע בארד" האט דער ראש ישיבה געוויזן צו די געלעטכער פון די קינדער.
דער ראש ישיבה האט זיך אויפגעשטעלט פון זיין פלאץ און אזוי "פארשטעלטערהייט" ארומגעגאנגען די טישן פון די קינדער, איינגעבויגענערהייט ווי אן "עכטע רבי" וואס געט א ברכה פאר די חסידים, אינמיטן האט דער ראש ישיבה זיך געמאכט ווי ער פאלט פלוצלינג אראפ, בשעת די קינדער קוילערן זיך פאר געלעכטער און קענען נישט צו זיך קומען. דער ראש ישיבה האט זיך צוריק געזעצט אויף זיין פלאץ און אויסגעטון זיין "פארשטעלאכטס", און געזאגט פאר די קינדער "עטס האטס געזען? א גוטע פארשטעלאכסט!!"
אזוי האט דער ראש ישיבה ווייטער ארויסגעברענגט פאר די קינדער אז נישט ווער עס מוטשעט די מאמע און פארמאגט א טייערע קאסטיום איז א מעכטיגע אינגל, "א מעכטיגע אינגל" האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט "איז צופרידן מיט וואס די מאמע געבט אים".
דערנאך האט דער ראש ישיבה געבעטן די קינדער זאלן פארציילן ווער עס האט א "מעשה פון נישט מוטשען די מאמע", ווען די זיסע קינדער איינער נאך די צווייטע פארציילן מיט שטאלץ א מעשה'לע ווי ער האט נישט געמוטשעט זיין מאמע ווען ער האט עפעס געדארפט צו די ווארימע קאמפלימענטן פונעם ראש ישיבה "דאס איז א שיינע מעשה", "דאס איז א מעכטיגע אינגל!", "דאס איז מעכטיגע קינדער" האט דער ראש ישיבה זיי געזאגט.
און אזוי האט זיך דער שמועס ווייטער געצויגן מיט די קינדער, און זיי ערלקערט וואס מיינט כיבוד אב ואם, און אז נישט געלט מאכט א מענטש חשוב, נאר זיין אויפפירונג, זיין 'עדיטוט' איז וואס מאכט דעם מענטש ארויפגעקוקט.
📸 בילדער
▶️ דער גאנצער שיעור
▶️ קורצע אויסשניט פונעם שיעור אויף "חיזוק יומי המתורגם"