דינסטאג פרשת טהרה איז דער ראש ישיבה געגאנגען מנחם אבל זיין ר' פנחס ענדצווייג מיט א חלק תלמידי ישיבה, צו די פטירה פון זיין טייערע זון הב' שמעון ע"ה, וואס איז געווען א תלמיד הישיבה פאר די לעצטע 4 יאר.
ר' פנחס האט דערציילט פארן ראש ישיבה פארשידענע עפיזאדן איבער די יראת שמים פון שמעון ע"ה, ער האט פארציילט וואזוי שמעי פלעגט יעדע נאכט זיך נישט לייגן שלאפן איידער ער האט געלייט קריאת שמע של אר"י ז"ל, מיט די ווידוי, אזוי אז ער איז נישט געגאנגען שלאפן אן ווידוי יעדע נאכט.
אויך האט ער פארציילט ווי שטארק שמעי ע"ה האט געהיטן זיינע אויגן, און זינט ווען ער איז אריין געקומען אין ישיבה, האט ער נישט אויפגעהויבן זיינע אויגן, און אפילו ווען די דאקוטוירם און נוירסעס פלעגן אים באהאנדלען האט ער נישט געעפענט זיינע אויגן.
 
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים