דער ראש ישיבה מעלדט א בשורה טובה: מען הייבט שוין אן ארויפצוען די פינפטע שטאק
כו אב תשע"ח 📝
דער ראש ישיבה שליט"א האט היינט כ"ו אב געשיקט א פרישע בריוו פאר די תלמידים, ווי ער מעדלט די גרויסע פארשריט וואס ווערט געמאכט אינעם נייעם בנין אין אומאן. דער ראש ישיבה שרייבט אינעם בריוו, אז אזוי ווי עס איז שוין ארויסגעדינגען "אלע" שלאף צימערן האט מען זיך יעצט גענומען אין די איילעניש ארויף נאך א שטאק וואס איז געווען געפלאנט אויף קומענדיגע יאר הבעל"ט, און וועט בעז"ה געבויעט ווערן נאך אויף היי יאר, צו קענען פלאצירן די גרויסע צאל איינגעשריבענע קע"ה.
אויך שרייבט דער ראש ישיבה אינעם בריוו, אז ער האט געמוזט ארויסנעמען אין די איילעניש א פרישע הלוואה פון $100,000 (אין צוגאב צו די חובות פון עטליכע הונדער טויזענט דאלער אין וואס דער ראש ישיבה איז שוין אריין אויף דעם בנין) כדי צו קענען אויסצאלן דאס ארויף בויען נאך א שטאק.
דער ראש ישיבה בעט אינעם בריוו אז מ'זאל מתפלל זיין אז מ'זאל קענען ענדיגן דעם בנין אין צייט אויף ראש השנה, און אז ער זאל קענען באצאלן אלע חובות.
דער ראש ישיבה פארציילט ווי ער איז געווען היינט אין קרית יואל ביים ציון פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע און ער האט דארט מתפלל געווען פאר אלע תלמידים.
דער ראש ישיבה דערמאנט אינעם בריוו אז היינט וועט בעז"ה פארקומען אין קעמפ א שיינע פרויען פארברענג, און ענדיגט צו דעם בריוו מיט שטארקע חיזוק ווערטער וואס מ'קען ארויסנעמען פונעם היינטן דף ירושלמי. און איז מחזק מ'זאל זיך ווייטער שטארקן אין לערנען על פי סדר דרך הלימוד.
*
פאלגענד איז דער בריוו:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע תלמידים שיחיו.
היינט האבן מיר מחליט געווען אז מיר ציען ארויף נאך א שטאק אינעם בנין אין אומאן כדי עס זאל זיין פלאץ צו שלאפן פאר די אלע וואס האבן נישט קיין פלאץ אינעם אונטערשטן שטאק.
איך האב היינט ארויס גענומען נאך אן הלוואה פון הונדערט טויזנט דאלער וויפיל עס קאסט צו ענדיגן נאך א שטאק כדי די בנין זאל זיין גרייט ביז ראש השנה, איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל קענען וואס שנעלער באצאלן אלע חובות.
איך שיק אייך בילדער פון אומאן וואו איר קענט זען אז מען ענדיגט דעם בנין דאס מערסטע וויפיל מען קען אז עס זאל זיין גרייט פאר דאס יאר ראש השנה תשע"ט הבא עלינו לטובה. אויף די בילדער וועט איר זען ווי מען לייגט די טיילס אין די שטובער; מען לייגט ארויף די טירן ביי די צימערן; מען טראגט ארויף ציגל אויפן דריטן שטאק; מען ציט ארויף שטאנגען פאר די פערטע שטאק, און אזוי ווייטער.
איך בעט אייך אלע: זייטס מתפלל פאר מיר איך זאל קענען באצאלן אלע חובות אין וואס איך בין אריין און דער בנין זאל זיין גרייט אויף ראש השנה.
היינט געפאלט דער יארצייט פון רבינו הקדוש מסאטמאר זכותו יגן עלינו; איך בין היינט פארטאגס געפארן קיין קרית יואל צום ציון, איך האב נישט געקענט זיין דארט צו לאנג ווייל עס איז געווען א געפערליכע געדרענג, מען האט נישט געקענט אריין שטופן א נאדל אינעם אוהל, טויזנטער אידן זענען געשטאנען דארט און געוויינט צום אייבערשטן - יעדער איינער אויף זיינע איבערגייאכץ, עס איז געווען זייער הייס אינעם אוהל, איך האב געמוזט ארויסגיין אינדרויסן, דארט האב איך מתפלל געווען פאר ענק אלע.
איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן פאר אלע תלמידים איר זאלט מצליח זיין אין אלעס וואס איר דארפט ובעיקר עס זאל מקוים ווערן ביי יעדן איינעם פון אייך וואס דער רבי האט געזאגט: "מיין פייער'ל וועט טליען ביז משיח וועט קומען", עס זאל זיך נישט אויסלעשן דעם פינק פון הייליגן רבי'ן, איר זאלט אלע ווייטער פארשפרייטן דעם רבי'ן פאר אלע אידן און פאר די גאנצע וועלט.
גלייך ווען איך בין צוריק געקומען איז פארגעקומען דער שיעור פון א בלאט גמרא בבלי און ירושלמי; וואס זאל איך אייך זאגן, ווען איך לערן פאר דעם דף בבלי און ירושלמי באקום איך אזא חיות, ממש אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט אין אשר בנחל אן א שיעור מאל: "דער דף גמרא איז דער חיות פונעם טאג".
היינט האבן מיר געלערנט אין ירושלמי אזא לעכטיגע גמרא (ברכות ד.): "רבי חייא, ורבי שמעון בן חלפתא הוו מהלכין בהדא בקעת ארבל בקריצתה", רבי חייא און רבי שמעון בן חלפתא זענען געגאנגען אונטערוועגנס אין א דארף נעבן טבריה וואס האט געהייסן "בקעת ארבל", "וראו איילת השחר שבקע אורה", אזוי גייענדיג האבן זיי געזען ווי עס הייבט אן טאג'ן, "אמר רבי חייא לר' שמעון בן חלפתא: 'כך היא גאולתן של ישראל'", האט זיך רבי חייא אנגערופן צו רבי שמעון בן חלפתא, אזוי ווי דאס אויפשיין פונעם מארגן שטערן אזוי העלפט דער אייבערשטער אידישע קינדער, "בתחילה קימאה קימאה, כל מה שהיא הולכת היא רבה והולכת". קודם שיינט עס אויף אביסל, און צוביסלעך ווערט עס שטערקער און שטערקער, אזוי ווי עס שטייט (מיכה ז, ח): "כי אשב בחושך ה' אור לי", ווען איך זיץ אין פינסטערניש מאכט מיר דער אייבערשטער ליכטיג.
טייערע ברידער, ווען מען לערנט אויפן רבינ'ס סדר דרך הלימוד האט מען יעדן טאג שטארקע חיזוק, כאפ זיך מיט מיטן באן.
נאכן שיעור האב איך אנגעגרייט א שיעור פאר די פרויען; היינט נאכט וועט אם ירצה ה' פארקומען א שיעור פאר די פרויען דא אין קעמפ. איך רעד נישט פאר זיי פנים אל פנים, נאר איך זאג א שיעור וואס מען כאפט אפ, און ווען די פרויען קומען זיך צוזאמען זיך מחזק זיין שפילט מען אויף פאר זיי דעם שיעור.
איך האב אייך נאר געשריבן די ערשטע חלק פונעם טאג ביז שחרית; יעצט דארף איך לויפן צו די בחורים זיי געבן די גמרא שיעור. יעצט זוממער לערנען מיר מסכת תענית גמרא רש"י תוספות וכו' ווייל די בחורים זאגן דאס יעדן טאג פערציג טעג אין א צי איז גוט אז זיי זאלן דאס פארשטיין.
ברוך ה' אז דער טאג איז מיר אנגעפילט מיט מחזק זיין אידישע קינדער, איך האף אז איר וועט האבן אביסל חיזוק אז איר זאלט אויך טון גוטע זאכן.
זייטס געזונט און שטארק.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.
*
ווער עס וויל ארויסהעלפן און מנדב זיין פארן בנין, פון וואו עס וועט ארויסקומען א לעכטיגקייט פאר די גאנצע וועלט, זאל זיך ווענדן צום ראש ישיבה.
זיך איינצושרייבן איינצושטיין אינעם בנין אויפן קומענדיגן ראש השנה הבעל"ט רופט 347-452-0412.
הראש השנה שלי עולה על הכל
די היינטיגע אפדעיט פונעם בנין. עס שטייען שוין ב"ה די ערשטע דריי שטאק, מלייגט ציגל ביים פערטן שטאק, מ'גיסט צעמענטענע זוילן פארן פינפטן שטאק