שבת קודש פרשת משפטים איז דער ראש ישיבה געפארן צו פארברענגען אינאיינעם מיט א קליינע ציבור תומכי המוסדות, וואס האבן מנדב געווען גרויסע סכומים גדולים אז די מוסדות זאלן קענען אנגיין, ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין א בריוו אין עצתו אמונה פרשת תרומה: "די וואך שבת וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג, איך פאר אוועק שאפן געלט פאר די מלמדים, איך האף דו ביסט מכיר טובה אז איך העלף דיר, איך פאר אוועק פון שטוב אנשטאט דיר; עס וואלט ווען געדארפט זיין אז דו זאלסט זיין דער וואס איז פארנומען זוכן א וועג פאר דיינע קינדער זיי זאלן האבן א מלמד מיט א לערערין וכו', למעשה פָּארע איך זיך פאר דיר; מיט אלע כוחות שאף איך געלט פאר דיינע קינדער, זאלן האבן מלמדים און לערערינס."
 
פרייטאג צו נאכטס פארן דאווענען האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט תיקוני זוהר, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער צוויי ספרים האט ער די מערסטע ליב צו לערנען, ליקוטי מוהר"ן און תיקוני זוהר, און כאטש אז פון אנפאנג זענען די צוויי ספרים אים געווען די שווערסטע, ער האט ממש געשפירט ווי ער עסט שטרוי, אבער מיט די צייט האט ער אנגעהויבן שפירן דערין די זיסע טעם, נאך מער פון סיי וועלכע אנדערע לימוד.
 
דער ראש הישיבה האט איבערגעלאזט זיינע קליינע קינדער אינדערהיים אין וויליאמסבורג, און פרייטאג צו נאכטס פארן דאווענען האט ער געזאגט אז ער גייט פרובירן צו דאווענען ווי עס דארף צו זיין, ווייל שוין א לאנגע צייט וואס ער קען נישט געהעריג דאווענען, ווייל ער דארף קעיר נעמען פון זיינע קליינע קינדער, זען אז אויך זיי זאלן דאווענען. דער ראש ישיבה איז צוגעגאנגען צו מנחה און קבלת שבת וואס איז דורכגעגאנגען מיט גרויס התעוררות.
 
ביי די סעודה האט דער ראש הישיבה געזאגט צווישן אנדערע די שעדליכקייט פון אנזאמלען חובות און הלוואות, א זאך וואס איז זייער איינגעגעסן ביי מענטשן און מען כאפט אפילו נישט, און נאכדעם נעמט עס אוועק פונעם מענשט זיין גאנצע ישוב הדעת און מנוחה, דער מענטש האט נאכדעם נישט קיין מח צו דאווענען און לערנען ווי מען דארף. די וואך זעט מען דאס אין די פרשה. די תורה זאגט אז א מענטש וואס האט חובות, זאל ער גיין און זיך פארקויפן פאר א קנעכט, כדי ער זאל קענען באצלאן זיינע חובות, און אפילו ער וועט דארפן חתונה האבן מיט א שפחה כנענית און ער וועט האבן קינדער כנענישע קנעכט, דארף ער דאס טון פטור צו ווערן פון זיינע חובות.
 
דער ראש ישיבה האט פארציילט באריכות די דריי מעשיות וואס דער הייליגער רבי האט פארציילט פונעם מהרש"א, ווען דער רבי איז געווען אין אוסטראה און האט געהאט ביי זיך דריי רענדלעך, און האט געזאגט אז פאר יעדע רענדל קען ער פארציילן א מעשה פונעם מהרש"א, און ער האט געגעבן אלע רענדלעך פון זיין האנט, און האט פארציילט דריי מעשיות, ער האט פארציילט די מעשיות פאר זיין טאכטער ווען זי איז געווען זייער קראנק, און זיין זיידע דער בעל שם טוב הקדוש זי"ע איז געקומען צום רבין אין חלום און אים געזאגט ער זאל זיך נישט זארגן, און ער זאל פארציילן מעשיות פון צדיקים וואס איז מסוגל צו ישועות, און דעמאלטס האט דער רבי פארציילט די דריי מעשיות, און זי איז געזונט געווארן.
 
אויך האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די גזירת החינוך וואס איז דא אין ניו יארק, און האט געזאגט אז עס גייט אים נישט אן וואס זאל זיין, מען וועט גארנישט טוישן פון די מסורה אין די חינוך פון די קינדער, און אפילו די רעגירונג וועט מער גארנישט געבן, ב"ה לא אלמן ישראל, אידישע קינדער וועלן זיך אנרופן ווארעם און מען וועט קענען אנגיין, עס איז נישט וואס מורא צו האבן, מיר דארפן נאר מתפלל זיין, און דער אויבערשטער וועט העלפן די גזירה וועט בטל ווערן.
 
ביי מלוה מלכה האט דער ראש ישיבה פארציילט אסאך סיפורי צדיקים, און בעיקר איבער מוהרא"ש זי"ע, צווישן אנדערע האט ער פארציילט אז איין טאג האט אים מוהרא"ש געזאגט אז ער האט אמאל געהערט פון זיין טאטע אז עס איז דא א מין מחלה וואס הייסט אפילעפסיע, און מען דארף נישט מורא האבן דערפון אפילו אויב עס זעט אויס זייער שרעקעדיג, מען ווארט אויס ביז ער ענדיגט זיך צו ווארפן, און דערנאך הייבט ער זיך אויף און אלעס איז מסודר. עטליכע טעג נאכדעם וואס ער האט געהערט די מעשה, איז מוהרא"ש געווען אין עירפארט, און איינער איז דארט אראפ געפאלן, און אלע האבן געשריגן און געפאניקט, און מוהרא"ש האט געזאגט "איך בין נישט געווארן דערשראקן". דער ראש ישיבה האט געזאגט אז צוויי טעג נאכדעם וואס מוהרא"ש האט אים פארציילט די מעשה איז א בחור אין ישיבה אראפגעפאלן, און די עלטערן האבן ניטאמאל געוויסט אז זייער בחור האט עפילעפסיע, און דעמאלטס האט ער פארשטאנען פארוואס מוהרא"ש האט אים פארציילט די מעשה.
 
במשך דעם שבת האט דער ראש ישיבה אסאך ארום גערעדט איבער וויכטיגע זאכן אין חינוך און שלום בית, און בעיקר איבער תפילה, התבודדות און רעדן צום אויבערשטן, און איבער די חשיבות פונעם דרך הלימוד.
 
דער אויבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען מקיים זיין למעשה אלע שיינע זאכן און זיסע עצות פון הייליגן רבין.