פארגאנגענעם ערב שבת קודש איז דער ראש ישיבה אריבער געקומען צום בנין פון קרן הדפסה ווי ער האט מיט געהאלטן די אקטיוויטעטן פונעם קרן הדפסה.
צום ערשט האט דער ראש ישיבה געלייגט מזוזות אויף די נייע טירן, דערנאך האט דער ראש ישיבה זיך אומגעקוקט אויף די פילע מאשינען און געהערט א באריכט איבער די נייע מאשינען וואס קומען צו בעזרת השם.
מען האט אויסגעשמועסט מיטן ראש ישיבה איבער נאך פארשידענע געדאנקען מיט וואס מ'קען העלפן די מפיצים.
אזוי אויך האט מען געוויזן פארן ראש ישיבה איבער די ארבעט וואס ווערט יעצט דורכגעפירט אינעם בית הדפוס איבערצומאכן די עלעקטריק אינעם בנין, כדי עס זאל קענען דערהייבן די פילע פרישע מאשינען וואס מ'גייט מיטן אייבערשטנס הילף אריינברענגען.
דער קרן הדפסה איז דער צענטער פון ווי די פילע הדפסה און הפצה אקטיוויטעטן גייען ארויס. פון דא ווערט געדרוקט טויזנטער קאפיעס פון די פולע ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש וואס ווערט פארשפרייט דורך די חשובע מפיצים, און ברענגט אריין די ליכטיגקייט און עצות פון הייליגן רבין צו טויזנטער שטובער.
אזוי אויך ווערט דא געמאכט די צענדליגע טויזנטער קאפיעס פון די פילע גליונות און קונטרסים וואס ווערט פארשפרייט כסדר אין די בתי מדרשים און אזוי אויך געשיקט אויף די פאסט דורך סובסקריבשאנס און דורכן נייעם אויפגעכאפטן וועבסייט.
 
📸 דער ראש ישיבה ביים באזוך אין קרן הדפסה - עש"ק נשא
📰 וועלט בארימטער גליון היכל הקודש גרייכט פינף הונדערטסטער גליון