יעצט ווען מען פארט ארויס צו די מאונטענס און די מיילדעך האבן זיך אריינגעצויגן אין א נייע קעמפ, האט דער ראש ישיבה באשטימט די באנגעלאוס פון נייע מיידל קעמפ פאר די טייערע כולל אינגעלייט פונעם ברסלבן כולל, וואס איז א יחיד במינה, ווי נאר אינגעלייט וואס זענען באמת תורתם אומנתם, זיצן און לערנען פלייסיג און הארעווען און זענען זיך משלים בתורה בש"ס ופוסקים.
 
מען האט זיך אריינגעלייגט וואס שנעלער צו צוגרייטן דאס פלאץ עס זאל זיין פאסיג פאר ערליכע אידן, מען האט באשטימט איין בנין פארן בית המדרש, און דער ראש ישיבה איז געקומען און געשעפט נחת ווי די אינגעלייט זיצן און לערנען פלייסיג, טראץ דעם וואס דער בנין איז נאך בכלל נישט פארטיג און נישט באקוועם צו לערנען דערין. דערנאך האט דער ראש ישיבה געקלאפט מזוזות אויף די טירן.