דער ראש ישיבה איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל פאריגע וואך מיטוואך נאכט, ווי ער האט זיך באלד געקערט קיין טברי צום ביהמ"ד היכל הקודש, ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן א שיינע שיעור פאר אנ"ש אין גליל.
 
פון דארט איז מען געפארן קיין מירון. ווי שוין באריכטעט איז דאנערשטאג נאכט איז פארגעקומען די בר מצוה פון בנו הבחור נחמן נתן ני"ו אין הויף פון ביהמ"ד קארלסבורג אין מירון.
 
פרייטאג פארטאגס האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט ביים נץ ביים ציון הקדוש אין מירון, ווי דער זיידע כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א האט געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור. 
 
נאכן דאווענען איז דער ראש ישיבה שליט"א ארויף מיט זיין פאטער אין די משפחה צום ציון פונעם תנא רבי יוחנן הסנדלר, דערנאך איז מען געגאנגען זיך משטתח זיין אויף ציון פונעם זיידן כ"ק גאב"ד קארלסבורג זצ"ל.
 
מיטאג איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן מיט זיין שווער הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א פון ווייטצען מיט די משפחה צום ציון פון רבי מאיר בעל הנס, אבער מען איז למעשה נישט ארויס צוליב די פריצות וואס איז דארט געווען.
 
דערנאך איז מען געפארן קיין צפת, ווי מען האט זיך משטתח געווען אויף די פילע קברי צדיקים אינעם אור אלטן בית החיים, און מען האט זיך געטובל'ט לכבוד שבת קודש אינעם מקוה פונעם אר"י הקדוש.
 
קודש האט דער ראש ישיבה שליט"א געוויילט במחיצת קדשו פון זיין טאטע כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א אין מירון, פאר קבת שבת און מעריב איז מען ארויף צום ציון, ווי דער קארלסבורג רב שליט"א האט געזאגט א דרשה פארן ציבור פאר קבלת שבת און אגעווארעמט דעם עולם איבער דעם גרויסן פלאץ ווי מען איז, מ'האט געזונגען בר יוחאי און אמר רבי עקיבא פאר כגוונא ווי די מנהג אין מירון.
 
מוצש"ק האט דער ראש ישיבה איבערגעגעבן אז מ'זאל קומען העלפן צוגרייטן פאר ל"ג בעומר, דער ראש ישיבה מיט די תלמידים האבן געהאלפן שיילן ירקות און צוגרייטן די מאכלים פאר דעם בעפארשטיינעדן ל"ג בעומר.
 
זונטאג האט דער ראש ישיבה ווייטער געדאווענט שחרית ביים ציון, נאכן דאווענען האט דער ראש ישיבה געלערנט מיט אנשי שלומינו זעקס שעה תיקוני  זוהר.
 
דינסטאג ל"ג בעומר האט דער ראש ישיבה נאך די מקוה ווייטער געלערנט אסאך תיקוני זוהר. נאכדעם האט דער ראש ישיבה געמאכט פיאות פאר זיין אייניקל נחמן נתן א זון פון הר"ר שלמה שליט"א, אין שטוב פונעם זיידן כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א.
 
מיטוואך אינדערפרי האט דער ראש ישיבה געדאווענט שחרית פארטאגס ביים נץ. און גלייך דערויף האט ער זיך ארויסגעלאזט קיין ירושלים ווי ער האט באזוכט אין ביהמ"ד, און אין מיידל שולע, די אינגלעך אין חדר, און ביי די ישיבה קטנה בחורים. דער ראש ישיבה האט אלעמען מחזק און מעודד געווען, זיך נאכגעפרעגט, און געענטפערט אויף די שאלות פון די מחנכים, געגעבן הוראות און אזוי ווייטער.
 
אום 3:00 האט מען געדאווענט מנחה אין בית המדרש, נאך מנחה האט דער ראש ישיבה געטיילט "תיקוני זוהר" פאר פילע אנ"ש וואס האבן זיך מקבל געווען צו לערנען תיקוני זוהר.
 
נאכדעם האט דער ראש ישיבה פארגעלגערענט א שיינע שיעור אין א דף גמרא, און אריינגעפלאכטן געשמאקע דברי חיזוק. די גמרא רעדט דארט וויאזוי דוד האט מנצח געווען גלית, דער ראש ישיבה האט צוגעברענגט א זוהר וואס שטייט אז ער האט געווארפן אויף אים פינף שטיינדלעך, וואס איז געשטאנען דערויף "שמע ישראל", "ה'", "אלקונו", "ה'", און "אחד". דאס מיינט אז ער האט אים  באזיגט מיט אמונה. ווען א מענטש האט אמונה ער גלייבט אין אייבערשטן, קען אים קיינער קיין שלעכטס טון.
נאכדעם גערעדט פריוואט מיט אינגעלייט.
 
דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט פריוואט מיט פילע פון אנשי שלומינו, וואס האבן זיך געוואלט דורכשמועסן, און כאטש מען האט געדארפט געבן דעם שיעור 8:00 האבן זיך זאכן פארשלעפט, און דער ראש ישיבה איז אנגעקומען הערשט אום 9:00.
 
דער ראש ישיבה האט זיך מתנצל געווען, און געזאגט אז ער האט נאך היינט ניטאמאל געהאט צייט צו עסן, און האט פארשפעטיגט צוליב וואס ער האט עוסק געווען בצרכי ציבור. ביים שיעור האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די גרויסקייט פון תיקוני זוהר. און פארשפראכן פאר די בני ארץ ישראל אז נאכ'ן חתונה מאכן אלע קינדער, וועט ער מיטן אייבערשטנ'ס הילף אסאך קומען קיין ארץ ישראל. דער ראש ישיבה האט צוגעענדיגט דעם שיעור בערך 10:00 ווען ער האט שוין געמוזט גיין און כאפן דעם פליגער אהיים.
 
היינט דאנערשטאג, וועט דער ראש ישיבה שליט"א געבן בעז"ה דעם וועכענטליכן ליל שישי שיעור פאר אינגעלייט אין וויליאמסבורג (און נישט אין מאנסי).