דער ראש ישיבה קערט זיך צוריק פון א געהויבענע באזוך אין ארץ ישראל
כא אייר תשפ"ד 📝
נאך דעם געהויבנענם איבער-א-וואך נסיעה קיין ארץ ישראל, האט זיך דער ראש ישיבה שליט"א היינט אינדערפרי באטייליגט ביים ברית פון רך הנימול וואס איז געבוירן געווארן למזל טוב ביים געטרייען גבאי פון בית המדרש היכל הקודש מאנסי מו"ה זושא פריעדמאן הי"ו, וואס איז פארגעקומען אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג, ויקרא שמו בישראל יוסף אליהו ני"ו.
מיר האבן שוין אין די פארגאנגנע באריכט אביסל פארציילט מהנעשה והנשמע ביים ראש ישיבה וויילענדיג אין ארץ ישראל ווי ער האט פארברענגט אין מחזק געווען אנשי שלומינו אין פילע שטעט אין ארץ ישראל, זיך משתתח געווען ביי די קברי צדיקים בפרט ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט געהאט די זכי' צו פארברענגען אין הויף פון זיין טאטן שליט"א קארלסבורגער רב אין מירון אין די טעג פון ל"ג בעומר, ווען די דער ראש ישיבה האט גערופן צו זיך קיין מירון די ישיבה בחורים פון ארץ ישראל זיי צו לערנען און מחזק זיין פון די נאנט.
אינעם לעצטן טאג פון זיין באזוך אין ארץ ישראל דינסטאג, האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט שחרית אין בית המרדש היכל הקודש ברסלב אין ירושלים צוזאמען מיט אנשי שלומינו, דערנאך האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם דף גמרא, אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט אין די מוסדות סיי די חדר און סיי די סקול, דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א געגאנגען מנחם אבל זיין מו"ה אהרן גאלדשטיין הי"ו וואס זיצט שבעה נאך זיין טאטן ע"ה. במשך דעם טאג האט דער ראש ישיבה שליט"א אויפגענומען אנשי שלומינו וועלכע האבן אויסגענוצט די געלעגענהייט זיך דורכצורעדן זייערע ענינים און באקומען פערזענליכע הדרכה, נאכמיטאג איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבער אין ישיבה דאווענען מנחה מיט די בחורים, און פאר'ן זיך געזעגענען מיט די תלמידים האט דער ראש ישיבה שליט"א געטיילט משניות און תיקוני זוהר וואס די בחורים האבן זיך אונטערגענומען צו לערנען דערין.
ביינאכט איז דער ראש ישיבה אנגעקומען קיין בני ברק ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן א שיינע שיעור פאר אנשי שלומינו אין בית המדרש, פון דארט איז דער ראש ישיבה גלייך געפארן צום עירפארט, און איבערגעלאזט אנשי שלומינו מיט פולע זעק פון חיזוק און הדרכה צו קענען ווייטער אנגיין.