דער ראש ישיבה רופט צו אנשי שלומינו: אלע איינגעשטעלטע מוזן ווערן באצאלט אויף יום טוב!
כ אדר תשפ"ג 📝
מיט צוויי חדשים צוריק האט דער ראש ישיבה געלאזט רופן מו"ה יעקב משה אינדארסקי הי"ו, און זיך אויסגעדוקט פאר אים: "וואס גייט מען טון אויף פסח? אויף פסח מוז יעדער ווערן באצאלט!", דער ראש ישיבה האט אים געזאגט אז ער ווייסט אז עס זענען דא איינגעשטעלטע וואס זענען שוין נישט געהעריג באצאלט געווארן די לעצטע עטליכע חדשים. מען האט ארום געשלעפט מיט זיי, דער ראש ישיבה האט אים געזאגט "אויף פסח מוז יעדער ווערן באצאלט. מיר טארן נישט בלייבן שולדיג איין צענט פאר קיין שום איינגעשטעלטער אין די מוסדות!"
מען געבט איבער פון די אפיס פון די מוסדות אז לעת עתה איז מען הונטערשטעליג פעיראל מיט כמעט א פערטל מיליאן דאלער, וואס דאס אלעס דארף ווערן אויפגעטריבן ביי אנשי שלומינו אין די קומענדיגע וואך צוויי. ר' יעקב משה זאגט אונז: "עס ליגט אויף אונז א חוב זיכער צו מאכן אז אויף יום טוב זענען אלע וואס ארבעטן פאר די מוסדות פון אל"ף ביז ת"וו באצאלט. זיי אלע דארפן באצאלן זייער לעקטער ביל, זייער מארטגעדזש, זיי דארפן איינקויפן אויף יום טוב. מיר קענען זיי נישט לאזן מער ווארטן!"
ווי באקאנט ווערט פון דא באצאלט די איינגעשטעלטע פון אלע מוסדות היכל הקודש, וואס אנטהאלט שוין היינט 5 חדרים, 3 מיידל שולעס, און 2 ישיבות. וואס איז אויסגעשפרייט און עטליכע שטעט אין אמעריקע און אין ארץ ישראל. די פעיראל פון די מוסדות שטייט היינט ביי איבער פינף און דרייסטיג טויזנעט דאלער יעדע וואך. די הנהלה פרובירט מיט אלע כחות אויפצוקומען מיט דאס געלט יעדע וואך, און לייגט א פריאריטעט אויף די מלמדים און טיטשערס אז זיי זאלן ווערן באצאלט אין צייט, אבער יעצט אויף פסח האט דער ראש ישיבה באפוילן אז מען זאל טון וואס מען קען אז אלע זאלן ווערן אינגאנצן אויסגעצאלט.
דער ראש ישיבה האט געבעטן אז אפילו די וואס האבן נישט די מעגליכקייט צו געבן אליינס, זאלן גיין נאך געלט ארויסצוהעלפן באצאלן די חובות וואס ער האט פון די מוסדות. דער ראש ישיבה זאגט אז ווען מען העלפט די מוסדות העלפט מען זיך אליינס, מען טוט אים נישט קיין טובה. פארוועם דארף ער די מוסודות אויב נישט פאר אונז?
דערפאר ליגט אויף אונז א פליכט זיך אנצושטרענגען און זיך באשטייערן מיט וויפיל מען קען נאר, און מיט דעם אראפ נעמען דעם עול פונעם ראש ישיבה, אז ער זאל קענען גיין צום סדר מיט א רואיגע געוויסן, וויסענדיג אז אלע זענען געווארן באצאלט, און ער טראגט נישט קיין פעיראל חובות ווייטער.
שפירט פאר א זכיה זיך משתתף צו זיין צום קמחא דפסחא קאמפיין פון די מוסדות, און רופט אדער טעקסט שוין דעם מנהל המוסודות מו"ה אברהם משה שטראסער הי"ו אויף 917-578-0495, אדער דעם גבאי צדקה מו"ה יעקב משה אינדארסקי הי"ו אויף 845-662-3207, צו געבן אייער ברייטהארציגע נדבה, אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד שיכון לבו לשמים, ופרוטה ופרוטה מצטרפת!
דער אויבערשטער וועט זיכער באצאלן פון אלעם גוטן פאר אלע נדבנים וואס לאזן זיך קאסטן פאר'ן אייבערשטנ'ס וועגן, צו שטיצן די הייליגע מוסדות וואס לערנט אמונה מיט די קינדער, וואס לערנט די קינדער ליבשאפט צום אייבערשטן און צו זיין תורה.