אויפן וועג צוריק פון ארץ ישראל, האט דער פליגער געזאלט מאכן א סטאפ אין קיעוו לופטפעלד פאר עטליכע שעה, אבער צוליב וואס דער פליגער וואס האט זיי געדארפט נעמען קיין ניו יארק איז געווען צובראכן האט מען געדארפט ווארטן 15 שעה (!) אויף אן אנדערן פליגער. דער ראש ישיבה האט זיך נישט פארלוירן נאר עס אנגענומען באהבה, און אויסגענוצט די צייט און געלערענט זיינע שיעורים כסדרן.
 
דער ראש ישיבה שליט"א איז ב"ה היינט אינדערפרי אנגעקומען אין א מזל'דיגע שעה.
אויפן בילד זעט מען דער ראש ישיבה לערנט דעם שיעור אין גמרא ווארטענדיג אין עירפארט