דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך אריבערגעכאפט אויף א קורצע באזוך אין ארץ ישראל, ווי ער איז אנגעקומען דינסטאג נאכט. דער ראש ישיבה שליט"א האט אפגעראכטן דעם הייליגן טאג ל"ג בעומר בצל הקודש פון זיין גרויסן טאטן הגה"צ אבד"ק קארלסבורג שליט"א אין בית המדרש קארלסבורג אין מירון סמוך ונראה צום ציון התנא הקדוש רבי שמעון בר יוחאי, דער ראש ישיבה שליט"א האט אויסגענוצט דעם גרויסן טאג און מתפלל געווען ביים הייליגן ציון הרשב"י פאר זיך פאר די משפחה און פאר אלע אנשי שלומינו.
 
לויטן פלאן וועט דער ראש ישיבה בלייבן אין מירון ביז נאך שבת קודש. אויף זונטאג פלאנירט דער ראש ישיבה שליט"א צו פארן קיין יבניאל און מתפלל זיין ביים ציון הקודש פון מוהרא"ש זי"ע. אויף זונטאג נאכמיטאג ווערט געפלאנט אז דער ראש ישיבה וועט פארן קיין ירושלים צו געבן א דרשה פאר אינגעלייט, אויף מאנטאג נאכט ווערט בעז"ה געפלאנט א דרשה פאר די בחורים אין ירושלים.
 
פאלגט נאך בעזרת השם ווייטערדיגע מעלדונגען!