דער ראש ישיבה שליט"א אויף א בליץ באזוך קיין ארץ ישראל
יט טבת תשפ"ג 📝
מיט גרויס שמחה נעמען אויף אנשי שלומינו אין ארץ הקודש די נייעס, אז נאך אסאך תפילות וואס זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן אז דער ראש ישיבה זאל קומען אויף א באזוך צו זיי, האט דער אייבישטער געהאלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך אריסגעלאזט אויף א קורצע נסיעה צו מחזק זיין די תלמידים און אנשי שלומינו אין ארץ ישראל.
דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט פון ניו יארק נעכטן מיטוואך, און איז אנגעקומען היינט קיין ארץ ישראל. לויטן פלאן האט דער ראש ישיבה געדארפט זיין היינט דאנערשטאג ליל שישי אין טברי' צו מחזק זיין אנשי שלומינו אין שטאט, און דערנאך האט דער ראש ישיבה געדארפט גיין קיין יבנאל, למעשה האבן זיך זאכן פארשלעפט און דער ראש ישיבה איז נישט אנגעקומען צו געבן א שיעור. ער איז גלייך צוגעפארן קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש זי"ע זיך אויסבעטן אלעס גוטס פאר אלע תלמידים.
ווי מיר הערן פון אנשי שלומינו אין ארץ ישראל געפינט זיך יעצט דער ראש ישיבה אויפן וועג קיין ירושלים.
מארגן ערב שבת קודש וועט דער ראש ישיבה שליט"א דאווענען שחרית צוזאמען מיט אנשי שלומינו, און דערנאך וועט דער ראש ישיבה פארלערנען דעם דף גמרא.
א גאר געהויבענע שבת קודש ווערט ערווארטעט אין ירושלים, ווי דער ראש ישיבה וועט דאווענען בעז"ה אלע תפילות מיט אנשי שלומינו, דער ראש ישיבה וועט געבן עטליכע שיעורים, אריינגערעכענט א באטע נאך די סעודה שבת ביינאכט, סיפורי מעשיות שבת קודש נאך מוסף, און נאכמיטאג א ווארימע שובבי"ם שמועס ביי שלש סעודות.
מוצאי שבת וועט געפראוועט ווערן א שיינע סעודת מלוה מלכה אין א גרויסע פלאץ ווי אנשי שלומינו פון איבער גאנץ ארץ ישראל וועלן קומען צו פארן צו הערן די טייערע ווערטער פון ראש ישיבה שליט"א.
זונטאג אינדערפרי וועט בעז"ה זיין א ברית אין ירושלים עיה"ק, ביים זון פונעם גבאי פון ביהמ"ד היכל הקודש ירושלים הר"ר אברהם ראטמאן שליט"א. ווי דער ראש ישיבה וועט זיך באטייליגן. דערנאך וועט בעז"ה אפגעהאלטן ווערן א רייע באזוכן אין די מוסדות היכל הקודש ירושלים, אין חדר, אין סקול, און אין די ישיבה קטנה.
לויטן פלאן וועט דער ראש ישיבה זיך אהיים קערן פון ארץ ישראל זונטאג נאכט, און וועט בעז"ה זיין צוריק אויף קומענדיגע וואך מאנאטאג בעז"ה.
עס איז וויכטיג אנצוצייכענען פאר אנשי שלומינו אין חוץ לארץ אז צוליב דער נסיעה פון ראש ישיבה קיין ארץ ישראל, וועט נישט פארקומען היינט דאנערשטאג נאכט דער וועכענטליכע ליל שישי שיעור.