נאך א לאנגע צייט וואס אנשי שלומינו אין ארץ ישראל בעטן דעם אויבערשטן און בענקען האט דער אויבערשטער געהאלפן אז דער ראש ישיבה איז ב"ה אפגעפארן און אנגעקומען קיין ארץ ישראל. דער פלאן איז אז דער ראש ישיבה האט וועט וויילן אין שטאט מירון ביז נאך ל"ג בעומר לכבוד די הילולא פון התנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי.
 
היינט מאנטאג איז דער ראש ישיבה געפארן גלייך פון עירפארט באזוכן די הייליגע מוסדות אין בני ברק, ווי ער האט גערעדט צו די חשובע קינדער, און דערנאך געגעבן א שיעור פאר די בחורים און אינגעלייט אנשי שלומינו אין בית המדרש היכל הקודש בני ברק.
 
דער ראש ישיבה האט זיך דאן ארויסגעלאזט קיין מירון, און נאכדעם וואס דער ראש ישיבה האט געלאזט וויסן פאר הר"ר משה שמואל שטעסל שליט"א דער מגיד שיעור פון ישיבת היכל הקודש ירושלים אז ער וויל ביי דעם באזוך פארברענגען און מדריך זיין די חשובע בחורים, זענען די בחורים אריבערגעקומען קיין מירון, וואו זיי וועלן פארברענגען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א פאר די קומענדיגע עטליכע טעג, דער ראש ישיבה וועט מיט אויבערשטנ'ס הילף האבן די געלעגנהייט זיי צו געבן שיעורים וויאזוי זיך צו פירן און האבן א גוט לעבן מיט'ן אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער רבי לערנט אונז.  
 
נאך ל"ג בעומר איז אין פלאן בעז"ה דער ראש ישיבה זאל גיין באזוכן אין שטאט טברי', צו די קינדער און די מלמדים אין די הייליגער מוסדות, און לויט'ן פלאן וועט דער ראש ישיבה פארן קיין ירושלים מאנטאג נאך ל"ג בעומר און דאווענען אין בית המדרש היכל הקודש ירושלים, און באזוכן די מלמדים און די טייערע צאן קדשים אין די מוסדות הקדושים
 
דער ראש ישיבה האט געבעטן צו לאזן וויסן פאר אלע אנשי שלומינו וואס זענען אין ארץ ישראל זיי זאלן נישט צו מיטקומען בשעת דער ראש ישיבה פארברענגט מיט די תלמידים פון די ישיבה און די מוסדות, ווייל דעמאלט וויל ער זיך אפגעבן ספעציעל מיט די טייערע קינדער, און דאס מיט קומען שטערט זייער שטארק צו קענען רעדן צו די קינדער און זיך אפגעבן מיט זיי. 
 
דער ראש ישיבה וועט אם ירצה השם געבן שיעורי התחזקות אין די בתי מדרשים פאר אלע אנשי שלומינו, און דעמאלט וועלן בעז"ה אלע קענען מיטהאלטן און הערן דיבורי התחזקות פונעם ראש ישיבה שליט"א.
 
עס אז נאכאמאל וויכטיג צו דערמאנען אז מען קען זיך מקשר זיין מיטן הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי פון סיי וועלכע פלאץ ווי מען געפונט זיך נאר איבער די גאנצע וועלט, דורכן לערנען זיינע הייליגע ווערטער אין די גמרא, און בפרט דורך זאגן די ווערטער פון הייליגן זוהר וואס ער האט געשריבן. און בשעת'ן לערנען קען מען זיך אויסבעטן ביים אויבערשטן אלעס וואס מען דארף פונקט ווי מען וואלט ווען געווען ביים ציון הקדוש און געשטאנען אינעם מערה, (ווי עס ווערט געברענגט פון הייליגן טשערנאבלער מגיד), און דער אויבערשטער וועט זיכער צוהערן אונזערע תפלות, און אין זכות פון די הייליגע צדיקים וואס מיר לערנען זייער תורה, וועלן מיר פולן ישועות און רפואות.