פארגאנגענע וואך דינסטאג האט דער ראש ישיבה שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין לעיקוואד, צו די קביעת מזוזות אין שטוב פון מו"ה ישעי' בערגער הי"ו. דערנאך איז געווען דארט א לחיים, וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען קרובים וידידים, און דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן א שמועס פאר די פארזאמלטע.
צווישן עולם האט זיך אויך געפונען א גרופע בחורים פון די נייע ישיבה "עצתו אמונה" אין לעיקוואד, די בחורים האבן זיך צוזאמגענומען און געגרינדעט א ישיבה וואס זאל זיך פירן אויפ'ן רבינ'ס וועג. די בחורים לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, א שיעור הלכה, און שיעורים כסדרן אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, זיי הערן יעדן טאג די רעקארדירטע שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, און זענען זיך מחזק אינאיינעם מיט'ן הייליגן רבינ'ס דיבורים.
דער ראש ישיבה שליט"א האט אויסגעפרעגט די פרטים איבער די נייע ישיבה, און זיי מחזק געווען ווייטער אנצוגיין און דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה און ברען.
 
ביים שיעור האט דער ראש ישיבה שליט"א אסאך ארומגערעדט איבער דעם, אזוי ווי ס'זענען דא אזויפיל בחורים איבער די וועלט וואס ווילן קומען לערנען אין ישיבה אבער זיי האבן נישט די מעגליכקייט דערצו, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ער גרינדעט א נייע ישיבה "עצתו אמונה", ס'קאסט נישט קיין שכר לימוד, מ'דארף נישט פארן אין ערגעץ, מ'קען בלייבן אין סיי וועלכע ישיבה מען איז, נאר לערנען די בריוו פון עצתו אמונה, הערן די שיעורים, און פרובירן צו פאלגן די עצות פון הייליגן רבי'ן, און דאס איז פונקט ווי מ'לערנט אין ישיבה. קיינער דארף נישט וויסן פון דעם, מ'קען ווייטער אנגיין מיט'ן סדר היום פונקט ווי פריער, נאר ארייננעמען דעם אייבערשטן אין בילד, מיט די אלע לימודים פון הייליגן רבי'ן. נישט קיין חילוק וואו מ'וואוינט, נישט קיין חילוק וואו מ'געפונט זיך, אויב א איד נעמט די עצות פון הייליגן רבי'ן און שטארקט זיך מיט דעם, וועט ער האבן א גליקליך לעבן בזה ובבא.
זעט און הערט דעם פולן שיעור