דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט אין שטוב פון עורך "חיזוק יומי המתורגם"
יח כסלו תשע"ח 📝
וויילענדיג אין ארץ הקודש האט דער ראש ישיבה שליט"א אויסגענוצט די געלעגענהייט צו אפשטאטן א באזוך אין הויז פונעם גרויסן מפיץ ר' נחמן פילמער הי"ו אין שטאט בני ברק. ער איז דער וואס האט גענומען אויף זיך די ארבעט פון איבערטייטשן די "חיזוק יומי" אויף לשון הקודש, כדי צו מזכה זיין די אלע וואס קענען נישט קיין אידיש זאלן אויך קענען זיך אויפלעבן און מחיה זיין מיט די עצות און הדרכות וואס דער ראש ישיבה שליט"א גיט אונז איבער.
"חיזוק יומי המתורגם" האט געמאכט א מורא'דיגע מהפכה אין ארץ ישראל. צענדליגע טויזנטער אידן פון איבעראל מאכן זיכער טאג טעגליך צו איינעמען א דאזע חיזוק, כדי צו קענען אנגיין ווייטער מיטן טאג טעגליכן לעבן, און נישט זיך לאזן אונטערברעכן פון אלע צרות און יסורים וואס מען גייט אריבער.
דאס אלעס איז טאקע אין זכות פון ר' נחמן, וואס לייגט אריין גאר אסאך כוחות, זיכער צו מאכן אז דער מעסעדזש גייט ארויס קלאר, און איז איבערגעטייטש מיט א געשמאקע און גרינגע לשון הקודש.
דער ראש ישיבה שליט"א האט אים אנגעווינטשן אז אין דעם זכות זאל ער האבן הצלחה אין אלע ענינים.
בילדער: באזוך אין שטוב פון מו"ה נחמן פילמער
לינק צו חיזוק יומי המתורגם תשע"ח