דער ראש ישיבה שליט"א בעט אנ"ש צו באשטייערן לטובת די "חופה" ארגאניזאצע
כח תמוז תשפ"ה 📝
אין בארא פארק גייט שוין אן פאר לאנגע יארן א חשוב'ע חסד פראיעקט מיט'ן נאמען "חופה", וואס ווערט געפירט דורך העסקן מו"ה שלום פוקס הי"ו וואס געבט זיך איבער פאר דעם צוועק בלב ונפש, און האלט פאר די אויגן דעם ציל פון העלפן כלות גיין אונטער די חופה בדרך כבוד.
דער ארגאניזאציע געבט א גאנצע האוזווער ארדער אין די ווערד פון עטליכע טויזענט דאלער פאר הונדערטער משפחות וואס דארפן צוקומען דערצו, צוגעשטעלט אין זייער הערליכע ווערהאוז, ווי די מחותנת'ע און די כלה קומען "איינקויפן" און אויסוועלן זייערע הויז געברויכן, בסבר פנים יפות מיט'ן שענסטן און בעסטן.
דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך באגענגעט מיט דעם באשיידענעם ארגאניזאציע נאכדעם וואס עטליכע ברסלב'ע משפחות האבן גענאסן פון זייערע סערוויסעס, און דער ראש ישיבה שליט"א הערנדיג אז זיי מאכן יעצט א קאמפיין האט גערופן ר' שלום זאגענדיג אז ער האט א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר זיי, און ער וויל נעמען א חלק אין די גרויסע מצוה פון הכנסת כלה, און ער וויל ארויפשטעלן א פעידזש אינעם קאמפיין מיט'ן ציל צו שאפן פאר זיי $18,000.
דער ראש ישיבה שליט"א רופט אז אנשי שלומינו זאלן זיך אנשליסן און באשטייערן שיינע סכומים צום קאמפיין, און מען זעט טאקע פילע באשטייערונגען פאר דעם חשוב'ן און נאבעלן הכנסת כלה ארגאניזאציע.
דער אויבערשטער זאל העלפן אז אין זכות פון מרבה זיין בצדקה, זאלן מיר זוכה זיין צו מקרב זיין ביאת משיח צדקינו.
https://www.dryveup.com/chuppa/92635