דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין ארץ ישראל
יז אייר תשפ"ה 📝
די וואך איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין ארץ ישראל, עס איז געפראוועט געווארן אום מאנטאג א שיינע מסיבת פסח שני אין ירושלים עיה"ק, וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען אנשי שלומינו פון איבער גאנץ ארץ ישראל, און געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א. און דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א ארומגעפארן צו אלע מוסדות און קהלות היכל הקודש איבער'ן גאנצן לאנד, צו מחזק זיין די ארטיגע אידן.
אויף ל"ג בעומר און אויף שבת קודש איז דער ראש ישיבה שליט"א אין מירון ביים ציון הק' פון רבי שמעון בר יוחאי, אינאיינעם מיט זיין פאטער הגה"צ קארלסבורגער רב שליט"א. קומענדיגע וואך וועלן מיר אי"ה קענען מעלדן מער דעטאלן איבער די דערהויבענע און רייכע נסיעה.
אין א בריוו פאר אנשי שלומינו האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן אז היות יעדער בעט אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל בעטן פאר זיי ביי די מקומות הקדושים וואו ער גייט, דעריבער וויל ער אויך עפעס בעטן פון אנשי שלומינו, פאלגנד איז אן אויסצוג פונעם בריוו:
"איך בין געפארן קיין ארץ ישראל, איך גיי ארום צו מקומות הקדושים, איך בעט פאר דיר און פאר דיין משפחה.
אלע בעטן מיר איך זאל בעטן פאר זיי, אבער איך וויל דיר אויך עפעס בעטן, איך בעט דיר נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אפילו אותן האנשים הרחוקים מן הקדשה מאד, שנלכדו במצודה רעה, עד שרגילין בעברות חס ושלום רחמנא לצלן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אף על פי כן, הכח של התורה גדול כל כך, עד שיכולה להוציא אותם מן העברות שרגילין בהם חס ושלום. ואם יעשולהם חק קבוע וחיוב חזק ללמד בכל יום ויום כךוכך, יהיה איך שיהיה, בודאי יזכו לצאת ממצודתם הרעה על ידי התורה, כי כח התורה גדול מאד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.
אפשר דאך זאלסטו זיך אנהויבן העלפן? אפשר ווילסטו עפעס טון פאר דיר פאר דיין נשמה? נעם א משניות, לערן איין פרק נאכן צווייטן, אין אנהויב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט, ווייל פון אזויפיל מאל זינדיגן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - האסטו פארלוירן דיין מח, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (עיין פרשת משפטים, קי): "סלוקא דיסודא עד אבא ואמא", אז מען איז פוגם בברית - מען איז פוגם ביסוד, גייט דער פגם ביזן מח; מען פארלירט דעם כח פון זיך קענען קאנצעטרירן וכו', אבער אז מען לערנט אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען ווייטער זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, דורכדעם איז מען זוכה אז מען ווערט אן ערליכער איד, מען הויבט אן לעבן א געזונטע לעבן, א לעבן מיטן אייבערשטן, מען לאזט אפ די מטומטמ'דיגע עבירה, מען הערט אויף צו טון עבירות און מען רייסט זיך ארויס פון די קליפות.
איך בעט פאר דיר און פאר דיין משפחה. דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים."