אויפ'ן פארלאנג פון פילע אנשי שלומינו תושבי מאנסי יצ"ו, וועט הרה"ג דער ראש ישיבה שליט"א געבן א שיעור היינט נאכט, מיטוואך פ' משפטים, אינעם ברסלב'ער בית המדרש אין מאנסי אויף 32 דאלסאן רד. אום 9:30 ביינאכט.
דער ברסלב'ער בית המדרש אין מאנסי איז ברייט באקאנט אין די גאנצע אומגעגענט אלס א תל תלפיות וואו מ'קומט זיך צוזאם יעדן שבת קודש צו דאווענען אינאיינעם און זיך מחזק צו זיין מיט די לימודים און עצות פון הייליגן רבי'ן אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט. פילע אידן תושבי מאנסי שעפן הויפענעס חיזוק יעדן שבת קודש אין דעם בית המדרש.
די מאנסי אידן האבן גע'טענה'ט 'למה נגרע?', מיר ווילן אויך האבן א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א ביי אונז אין שטאט, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט דער ראש ישיבה שליט"א ארויספארן דעם מיטוואך נאכט צו געבן דארט א שיעור.
עס איז ערווארטעט א גרויסער עולם פון מאנסי וואס זענען מתחזק מיט די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, אנטייל צו נעמען ביים שיעור.
שמעו ותחי נפשכם!