קרית יואל איז פרייליך מיט די נייעס אז דער ראש ישיבה שליט"א קומט קיין קרית יואל פראווען א סעודת ראש חודש און מחזק זיין אנשי שלומינו און געבן א שיעור הכנה צום יום טוב שבועות.
 
אין קרית יואל גייען אן דריי הערליכע שולן פון היכל הקודש, ווי מען דאווענט אלע דריי תפילות, אלע שכנים פון די שולן ווייסן אז דארט קען מען אלעמאל אריינקומען און הערן א גוט ווארט און באקומען חיות אנצוגיין.
 
אין בלומינג גראוו שול קומט מען צוזאם יעדע ליל שישי מיט צו האלן דעם שיעור פון ראש ישיבה, און אזוי אויך גייט לעצטענס אן מיט א שטארקייט דער "עצתו אמונה" פארברענג יעדע דינסטאג נאכט, ווי מען פארברענגט אינאיינעם מען חזרט און מען לערנט דעם רבינס דיבורים.
 
אינעם ביהמ"ד היכל הקודש אויף העיס קאורט געפונט זיך א ברסלבע ספרים געשעפט וואס איז אפן יעדן טאג, וואו פילע אידן קומען כסדר אריין און קויפן זיך איין ספרים פון הייליגן רבין און פון זיינע תלמדים.
 
אזוי אויך איז קרית יואל בארימט מיט די פילע מפיצים וואס גייען ארויס פון דא, די אינגעלייט גייען ארום אין די היצן און אין קעלט און געבן איבער דעם רבינס ספרים פאר אנדערע אידן.
 
דער ראש ישיבה שליט"א וועט אי"ה קומען היינט נאכט 8:30 צו מנחה אין ביהמ"ד היכל הקודש אויף 8 פרעמישלאן וועי, און גלייך דערנאך וועט אי"ה זיין דער שיעור.
 
שמעו ותחי נפשכם