דער ראש ישיבה שליט"א טרעט אויף אין לעיקוואוד ביים סעודת הילולא פון הייליגן רבי נתן
יב טבת תשפ"א 📝
א שיינע ציבור פון אנשי שלומינו חסידי ברסלב זענען זיך צוזאם געקומען פארגאנגענעם מוצאי שב"ק אין לעיקוואוד צום יארצייט פון הייליגן רבי נתן, דער גרויסער תלמוד פון הייליגן רבין.
א שיינע סעודה איז געווארן צוגעשטעלט לכבוד די יארצייט דורך די ברסלב'ע שטובל אין לעיקוואוד וואס ווערט אנגעפירט דורך הרה"ח ר' שלמה מאיער שליט"א ובניו. דער מסיבה צו די זעלבע צייט איז אויך געווען געדינט אלץ מגבית לטובת דעם בית המדרש.
דער ראש ישיבה שליט"א איז ספעציעל געקומען צופארן קיין לעיקוואד, אויפן איינלאדענונג פונעם לעיקוואודער ציבור.
צום באשטימטן שעה האבן זיך צוזאם געקליבן א שיינע קאלירפולער ציבור פון אלע קרייזן מיט וואס דער עיר ואם בישראל לעיקוואוד איז געבענטשט. ווי שיין איז געווען צו זען ווי חסידישע אידן מיט שטיימל זאקן ספאדיק וכו' און ליטווישע אידן פון אלע פארשידענע קרייזן זיצן אינאיינעם בשבת אחים, און זענען זיך מחזק מיט די הייליגע ווערטער פון הייליגן רבין.
דער ראש ישיבה האט אנגעהויבן מיט ווארימע שיינע ניגונים "אין ברסלב ברענט א פייער, צינד עס אן אין מיין הארץ", און "איך וויל נאר לערנען און דאווענען און מורא האבן פונעם אייבערשטן," און נאך.
דער ראש ישיבה האט געזאגט אז דער הייליגער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט "איך נעם דאס גוטס פון די חסידים און דאס גוטס פון די ליטווישע, ביי די ליטווישע איז דער עיקר אסאך צו לערנען, און ביי חסידים איז דער עיקר אסאך 'תפלה'. איך" האט דער רבי געזאגט "האב גענומען ביידע, 'לערנען און דאווענען'".
דער ראש ישיבה האט ברייט ארומגערעדט איבערן סדר דרך הלימוד וואס דער הייליגער רבי האט אונז איבערגעלאזט א מתנה. אזוי אויך האט דער ראש ישיבה שטארק גערעדט איבער די מתנה פון רבין - "רעדן צום אייבערשטן". "דארפסט א שידוך?" האט דער ראש ישיבה געפרעגט? "האסט פרובירט אלע סגולות? טריי די בעסטע סגולה, בעט דעם אייבערשטן!". דער ראש ישיבה האט ערקלערט פארן ציבור אז עס נישט קיין חילוק מיט וועלכע שפראך מען רעדט צום אייבערשטן ענגליש אידיש א.א.וו. דער באשעפער פארשטייט אלע שפראכן. מען דארף רעדן צום אויבערשטן אויף די שפראך וואס מען איז די מערסטע באקוועם.
בשעת דער ראש ישיבה האט גערעדט פון סדר דרך הלימוד, האט דער אויבערשטער צוגעפירט אז עס איז פונקט דאן אנגעקומען א קאר פון וויליאמסבורג, מיט בחורים וואס פאלגן דעם רבין און לערנען אויף סדר דרך הלימוד. דער ראש ישיבה האט ארויפגערופן די בחורים אויפן סטעידזש, און געוויזן "קוק, א בחור פון קוים דרייצן יאר, ער האט שוין געענדיגט ש"ס!", און דער אנדערער בחור האט דער ראש ישיבה געבעטן, "זאג אריין אינעם מייק: וויפיל מאל האסטו שוין געענדיגט ששה סדרי משנה"?, "פיר און צוואנציג" האט ער געענטפערט, צום שטוינונג פון ציבור.
נאך די דרשה איז געווען א לאנגע רייע פון לעיקוואודער אידן וואס האבן געוואלט אויסנוצן דעם געלעגענהייט זיך צו באדאנקען פארן ראש ישיבה, ווי זייער לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן אין שלום בית, אין לימוד התורה, און רעדן צום אייבערשטן, א.א.וו. דורך דעם וואס זיי באקומען חיזוק דורך די דרשות און ספרים פון ראש ישיבה.
שיינע בילדער
מוהרא"ש זי"ע אין ישיבה אין וויליאמסבורג ביים יארצייט פון הייליגן רבי נתן - ויחי תשע"א
👈🏻 קליפס וועט מיטן אייבערשטנס הילף ארויפגיין וועבסטייט מארגן.
א שיינע רעקארדירונג פון די דרשה
"איך וויל נאר לערנען און דאווענען און מורא האבן פון אייבערשטן..."