דער ראש ישיבה שליט"א לאזט זיך ארויס אויף א געהויבענע נסיעה קיין פוילן
כו ניסן תשפ"ג 📝
אין א בריוו היינט שרייבט דער ראש ישיבה צו אנשי שלומינו אז ער לאזט זיך ארויס אויף א רייזע צו די מקומות הקדושים אין פויל היינט נאכט. אינעם בריוו שרייבט דער ראש ישיבה שליט"א אז ער וועט מתפלל זיין פאר אנשי שלומינו ביי די הייליגע קברי צדיקים וואו ער גייט באזוכן.
צום ערשט וועט דער ראש ישיבה צופארן צום ציון פון הייליגן צאזער רב, וואס היינט כ"ה ניסן געפאלט זיין יומא דהילולא, ווי דער ראש ישיבה שליט"א מיט א ציבור פון אנשי שלומינו וואס זענען מיטגעפארן וועלן אויספועלן אלעס גוטס בעזר השם יתברך.
דערנאך וועט דער ראש ישיבה שליט"א פארן מתפלל זיין ביים הייליגן ראדאשיצער רב'ס ציון, אזוי אויך ביים ציון הקדוש פון הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע פון ליזענסק, און צום ציון פון הרה"ק רבי מענדלע רימינובער זי"ע, וואו דער ראש ישיבה שליט"א וועט איינרייסן און פועלן ביים אייבערשטן אלעס גוטס.
מיר האפן צו געבן פארשידענע אפדעיטס פונעם געהויבענעם נסיעה, פאר די פילע פון אנשי שלומינו וואס האבן נישט געהאט די זכיה מיטצופארן.