דער ראש ישיבה שליט"א מאכט חתונה אין בית המדרש
ג סיון תשע"ט 📝
דעם קומענדיגן דינסטאג, אסרו חג שבועות, וועט אי"ה פארקומען די חתונה פון בנו בכורו פונעם ראש ישיבה שליט"א, החתן שלמה ני"ו, עב"ג בת מו"ה יואל טייטלבוים שליט"א. די חתונה וועט אי"ה פארקומען אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג, און אזוי ווי ביי די פריערדיגע חתונות אין בית המדרש, וועט אויך די חתונה נאכט זיין אויפ'ן ביליגסטן פארנעם, אן דעם וואס עס זאל קאסטן א פרוטה פאר די מחותנים.
צוביסלעך ווערט עס מער און מער א פאקט, אז מ'קען חתונה מאכן די קינדער מיט א רואיגע געוויסן, אן דעם וואס ס'זאל דרוקן ביים הארץ, און די מחותנים קענען אהיימגיין נאך די חתונה מיט א שמחה און פרייד אז מ'האט זוכה געווען חתונה צו מאכן די קינדער, אן דארפן אהיימשלעפן א זאק חובות אויף די איינגעבויגענע פלייצעס.
פאר די לעבן פונעם פרישן פאר-פאלק וועט גארנישט צוהעלפן די טייערע איבריגע צוגעהערן וואס מ'געבט אויס לרחצה פון אלע זייטן, בלויז ווייל "יעדער" טוט אזוי, און די עלטערן מוזן זיך נעבעך ספראווען מיט די געלט וואס זיי האבן געבארגט/געשנארט/גע'גנב'ט בלויז זיך צו קענען אהערשטלן כאילו זיי זענען גבירישע מחותנים.
ווער ס'האט שוין מיטגעהאלטן מיט די אייגענע אויגן א חתונה אין בית המדרש, ווייסט אז עס פעלט גארנישט פאר די חתונה (ששש... זאגט נישט אויס פאר קיינעם, אבער עס פעלט ליידער יא עפעס וואס עס איז דא לרחצה ביי אנדערע חתונות: "חובות"...), די שמחה און פרייד ביי יעדע חתונה באזונדער איז ב"ה אויפ'ן העכסטן פארנעם. יעדער איז פרייליך, יעדער איז צופרידן, סיי די מחותנים, סיי חתן כלה, סיי די געסט, גארנישט ווייניגער ווי ביי סיי וועלכע חתונה. צו וואס פעלט אויס צו ווארפן בלוטיגע געלט אין מיסט?
פארשטייט זיך אז ווען די חתונה קומט פאר אין שול, פאר אומזיסט, זענען שוין אויך די איבריגע הוצאות החתונה אויפ'ן מינימאלסטן אופן. און אזוי קומט אויס אז די מחותנים דארפן זיך נישט אנבארגן קיין געלט צו חתונה מאכן די קינדער, נאר קען שעפן נחת פון די פרישע פאר פאלק מיט א רואיג און פרייליך געמיט.
זאל דער אייבערשטער העלפן אז דער זיווג זאל עולה יפה זיין, זיי זאלן אויפשטעלן א בית נאמן בישראל לשם ולתפארת, און דער ראש ישיבה שליט"א זאל זען אסאך אידיש נחת פון אלע זיינע קינדער געזונטערהייט.
שמח תשמח רעים האהובים!