פארגאנגעם דאנערשטאג אינדערפרי איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין מאסי צו מנחם אבל זיין האברך החשוב מו"ה שלום יצחק מאסרי הי"ו, מחשובי אנ"ש וועלכער זיצט שבעה ל"ע, צו די פלוצימדיגע פטירה פון זיין שוועסטער ע"ה וועלכע פלעגט אסאך זיך מחזק זיין מיט די דרשות און שיעורים וואס זי פלעגט אלץ הערן אויפן טעלעפאן, וואס זי פלעגט טרינקען מיט דורש, און אלץ פרובירט וואס זי קען ארויסנעמען למעשה צו שטייגן מיט יראת שמים און מידות טובות. די אלע גוטע מעשים וואס זי האט אריינגעכאפט האט זי מיט גענומען מיט זיך יעצט ווען זי האט צוריק געקערט אין נשמה.
 
דער אייבישטער זאל טרייסטן און אויפרעכטן איר חשובע משפחה וועם זי האט איבערגעלאזט. ויהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבילינו אמן.