אנשי שלומינו אין ארץ ישראל האבן מיטגעלעבט גאר געהויבענע טעג, מיט'ן באזוך פונעם ראש ישיבה שליט״א, וועלכער איז געקומען פאר א קורצע נסיעה פון א וואך, און איז ארומגעפארן און מחזק געווען אנשי שלומינו אין פארשידענע שטעט. מיר וועלן פרובירן מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף, צו געבן א קורצע כראנאלאגישע באריכט פון די שיינע נסיעה.
מעמד פסח שני אין ירושלים
ביים אנקומען קיין ארץ ישראל - מאנטאג פרשת אמור - איז דער ראש ישיבה גלייך געפארן קיין ירושלים, וואו עס איז צוגעגרייט געווארן א הערליכער מעמד פסח שני, צו וועלכע עס זענען געקומען צו פארן אנשי שלומינו פון גאנץ ארץ ישראל — אנשים, נשים וטף.
אויף וועג האט זיך דער ראש ישיבה אפגעשטעלט ביים הר המנוחות, ביים ציון פון זיין זיידן הרב יצחק דוד פריעדמאן זצ״ל, און אויך ביים ציון פונעם חיד"א זי"ע.
דערנאָך איז דער ראש ישיבה אנגעקומען צום זאל, וואו א ריזן ציבור האט אים אפגעווארט. אלע זענען געווען זייער פרייליך זיך ווידער צו טרעפן מיט'ן ראש ישיבה שליט״א נאכ'ן זיך נישט זען פאר א לענגערע צייט. דער ציבור האט געהאט א געלעגענהייט צו געבן שלום פאר'ן ראש ישיבה, און זיך צו דורכשמועסן מיט שאלות און עצות.
דער יושב ראש פונעם מעמד איז געווען דער גבאי צדקה פון מוסדות היכל הקודש בארץ ישראל, מוה"ר אהרן וועבערמאן הי"ו. ער האט ארויפגערופן דעם מנהל המוסדות, מוה"ר יצחק פאפנהיים הי"ו, צו זאגן עטליכע ווערטער. דערנאָך האָט מען געפרעגט שאלות פונעם ראש ישיבה שליט״א, וואס האָט געענטפערט בטוב טעם ודעת. (מען קען עס הערן אויף קול ברסלב.)
דערנאך האט דער ראש ישיבה אויפגעטרעטן, מיט פייערדיגע דיבורים איבער פסח שני, און ארויסגעברענגט אַז יעדער איד האָט נאָך אַ צווייטע שאנס צוריקצוקומען צום אייבערשטן און ווערן אַן ערליכער איד. אויך האָט ער ארויסגעברענגט זיינע הרגשים איבער דעם וואנדערליכן אויפבוי פון מוסדות היכל הקודש אין ארץ ישראל, און ווי מען זעט די שיינע פירות, ביי די פרישע דור חתנים און כלות וועלכע ווערן צוגעגרייט אין די מוסדות צום לעבן מיט יראת שמים.
די מעמד וועט זיכער בלייבן איינגעקריצט אין די הערצער פון אַלע משתתפים.
בני ברק
דינסטאג אינדערפרי איז דער ראש ישיבה געפארן קיין היכל הקודש בני ברק. אויפן וועג האָט ער זיך אפגעשטעלט ביים ציון פון דעם הייליגן חזון איש זי״ע און פון הגאון ר׳ חיים קאניעווסקי זי״ע. ביים ציון פון ר׳ חיים האָט דער ראש ישיבה איבערגעגעבן אַ שליחות פון אַ בחור, וועלכער ר׳ חיים זי״ע האָט צוגעזאגט אַ שידוך אויב ער וועט מסיים זיין ש״ס — און איצט האט דער בחור זוכה געווען און האט מסיים געווען ש"ס.
דערנאָך איז מען געגאנגען דאווענען שחרית אין היכל הקודש בני ברק צוזאַמען מיט אנשי שלומינו און די קינדער פונעם תלמוד תורה. נאכדעם האָט מען געלערנט דעם דף גמרא און דערביי גערעדט דברי חיזוק וועגן די חשיבות פון לערנען דעם דף גמרא. דערנאך האט מען ארויפגערופן אלע מסיימים.
דער ראש ישיבה האָט דערנאך באזוכט דעם תלמוד תורה און דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך אפגעגעבן מיט יעדן קינד באזונדער. אויך האָט דער ראש ישיבה באזוכט די מיידל שולע, און דארט איז מרת לעווי תחי׳ — אשת מוה"ר יואל לעווי הי"ו — אויפגענומען געווארן אלס מנהלת פונעם מיידל שולע.
שפעטער איז מען געגאנגען צום שטוב פון מוה"ר יואל לעווי הי"ו — גבאי בית המדרש און מחבר פונעם קונטרס אשית עצות בנפשי — ווי עס איז צוגעגרייט געווארן אַ געשמאקע פת שחרית.
נאכמיטאג איז דער ראש ישיבה ארויסגעפארן קיין מירון, צוזאַמען מיט די חשובע ישיבה בחורים פון ירושלים, צו זיין מיט זיי ביז ל״ג בעומר. אויפן וועג האט מען זיך אפגעשטעלט צו אַ געשמאקע פארברענגען אונטער די ביימער, און דער ראש ישיבה האָט געשמועסט און אויסגעהערט יעדן בחור.
ל״ג בעומר אין מירון
מיטוואך אינדערפרי נאכ'ן דאווענען שחרית און פארלערנען דעם דף גמרא מיט די בחורים אין מירון, האט מען אנגעהויבן צוגרייטן עסן פאר די טויזנטער אידן וואס קומען אויף ל״ג בעומר קיין מירון. די בחורים האָבן פלייסיג געהאָלפן שיילן, קאכן, און צוגרייטן אלעס וואס מען דארף.
דער טאג ל״ג בעומר איז אריבער גאר געהויבן. די טענץ זענען געווען גאר פרייליך בפרט פאר די וועלכע זענען זוכה לערנען במשך יאר זוהר און תיקונים - עס האט זיך זיי געטאנצט גאר אנדערשט.
שבת קודש האָט דער ראש ישיבה פארברענגט אין מירון ביי זיין טאטן שליט״א אין קארלסבורגער הויף.
יבנאל און טבריה
מוצאי שבת קודש איז דער ראש ישיבה געפארן קיין יבנאל — ווי ער האט מתפלל געווען און זיך אויסגעבעטן ביים ציון פון אונזער רבי מוהרא״ש זי״ע — און דערנאָך איז דער ראש ישיבה אריבער צום בית המדרש פון הרב רבי יצחק לעזער שליט״א, וואו עס איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות פון אן אייניקל, א זון פון הרב ר׳ אליעזר איידעלשטיין שליט״א, ראש ישיבה אין יבנאל.
זונטאג אינדערפרי האט מען געדאווענט שחרית מיט אנשי שלומינו ביים ציון פון התנא רבי מאיר בעל הנס אין טבריה. נאך שחרית האט דער ראש ישיבה באקומען א ליסטע פון אלע תומכי המוסדות, און האט מתפלל געווען פאר יעדעם באזונדער פאר ישועות און רפואות..
דערנאָך האָט דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט די מוסדות אין טבריה, און זיך אפגעגעבן מיט די טייערע תלמידים, און הנאה געהאט צו פארברענגען מיט די טייערע קינדער.
צוריק אין ירושלים
זונטאג נאַכט 9:00 האָט דער ראש ישיבה געגעבן אַ שיעור אין היכל הקודש ירושלים, ווי ער האט מחזק געווען אנשי שלומינו זיך צו פירן לויט די עצות פון הייליגן רבי׳ן, ווי אזוי צו גיין אדורך די וועלט בשלום.
מאנטאג האט דער ראש ישיבה געדאווענט אין היכל הקודש ירושלים, און אזוי אויך אריבער צו די מוסדות, ווי דער ראש ישיבה האט גערעדט צו די קינדער און גערעדט צו זיי איבער די גרויסקייט פון שמועסן מיטן אייבערשטן, און אים בעטן יעדע קלייניגקייט וואס מען דארף נאר.
די דערהויבענע נסיעה וועט זיכער זיין צו געדענקען פאר א לענגערע צייט, אנשי שלומינו האבן זיך גוט אנגעזאפט מיט חיזוק און הדרכה, פון וואס מען וועט ווייטער קענען אנציען און זיך מחזק זיין פאר לאנגע טעג.