א שיינע ציבור פון אנשי שלומינו פון איבער גאנץ ארץ ישראל זענען זיך היינט אור ליום י"ד אייר צוזאם געקומען צום הייליגן שטעטל מירון צו פראווען דעם בר מצוה פונעם זון פונעם ראש ישיבה הבחור נחמן נתן נ"י, וואס איז געפראוועט געווארן אין הויף פון בית המדרש פונעם זיידן קארלסבורגער רב שליט"א וועלכע געפונט זיך שוין אינעם שטעטל מירון סמוך ונראה צום ציון פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי לכבוד דעם בעפארשטיינעדן יום טוב ל"ג בעומר.
 
אויסער די זיידעס זענען געקומען צו פארן פון ניו יארק עטליכע פון אנשי שלומינו, אזוי אויך פון איבער גאנץ ארץ ישראל פון ירושלים, בני ברק טברי' און אזוי ווייטער זענען פילע תלמדים פון ראש ישיבה שליט"א געקומען צו פארן זיך צו באטייליגן ביים בר מצוה וואס איז געפראוועט געווארן אויף א געהויבענעם פארנעם.
 
מען האט געהערט שיינע דרשות פון די גרויסע זיידעס כ"ק קארלסבורגער רב שליט"א וואס האט אנגעווינטשן זיין חשובע אייניקל ער זאל גיין אין טאטנ'ס וועגן און וואקסן אן ערליכער איד, אזוי אויך האט מען געהערט טייערע ווערטער פונעם זיידן הגה"צ רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט"א מווייטצען און אזוי אויך פונעם ראש ישיבה שליט"א וועלכע האט גערעדט איבער דאס וואס רש"י זאגט "להזהיר גדולים על הקטנים" אז מען דארף נעמען חיזוק פון די גוטע טעג ווען מען איז בבחינת "מוחין דגדלות" פאר די שווערע טעג.
 
דער ראש ישיבה שליט"א וועט שוין מיטן אייבערשטנ'ס הילף פארבלייבן אין ארץ ישראל אויף ביז נאך ל"ג בעומר ווען ער וועט זיך אויסבעטן ביים הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי. אזוי אויך וועט דער ראש ישיבה בעזרת השם אויסנוצן די געלעגענהייט צו באזוכן און מחזק זיין די פילע תלמדים אין ארץ ישראל וואס זענען פארשפרייט אין עטליכע שטעט און געגענטער אין ארץ הקודש.
 
כי מציון תצא תורה ודבר ה' מירושלים