דער ראש ישיבה שליט"א קומט באזוכן אין קרית ברסלב אויף שבת קודש
כו תשרי תשפ 📝
מיט גרויס פרייד האבן אנשי שלומינו איינוואוינער פונעם שטעטל קרית ברסלב - ליבערטי אויפגענומען די פרייליכע בשורה אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט אי"ה קומען אפרעכטן דעם שבת קודש פרשת בראשית, שבת מברכים חשון הבעל"ט אין שטעטל.
דער שבת ווערט ערווארטעט צו זיין א שבת פול מיט התרוממות און התחזקות, ווען אלע איינוואוינער וועלן אינאיינעם דאווענען און הערן די הערליכע שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א.
שבת קודש ביינאכט וועט דער ראש ישיבה שליט"א אי"ה פירן א גרויסארטיגע באטע ביי הר"ר יצחק אייזיק ראטה ני"ו, מחשובי התושבים.
דער ראש ישיבה וועט בעז"ה פארלערנען שב"ק אינדערפרי פארן דאווענען דעם שיעור אין פעולות הצדיק, נאכן דאווענען סיפורי מעשיות, זאגן תורה ביי שלש סעודות, און דעם שיעור אין א דף גמרא בבלי און ירושלמי מוצש"ק נאך מעריב.
קרית ברסלב בלעטל פרשת בראשית
השבת נועם הנשמות