מארגן מאנטאג נאכט ראש חודש סיון וועט בעזרת השם יתברך פארקומען אין לעיקוואד א סעודת ראש חודש און א שיעור הכנה לחג השבועות. דער ראש ישיבה שליט"א קומט בעז"ה ספעציעל צו פארן, און וועט מחזק זיין אנשי שלומינו און תושבי לעיווקאוד.
 
דער ראש ישיבה שליט"א וועט אי"ה אנקומען אום 9:00 צום נייעם בית המדרש אין צענטער פון שטאט לעיקוואוד אויף 215 איסט 5טע סטריט (אין בעק פון בנין), ווי מען וועט צוערשט דאווענען מעריב, און דערנאך וועט מען זיך וואשן צו א סעודת ראש חודש, און דערביי וועט דער ראש ישיבה שליט"א משמיע זיין א שיינע שיעור איבער דעם ענין "וויאזוי גרייט מען זיך צו צום יום טוב שבועות".
 
פאר דעם הייליגן יום טוב שבועות איז איינגעפירט אין אלע שולן און ישיבות אז מען רופט אראפ א גוטע רעדנער וואס מיט א זיסע שפראך זאל ער דראמטיש אראפ לייגן די מתיקות התורה, די גרויסקייט פון די הייליגע תורה, און אז מען קען זיין א איד נאר דורך לערנען די הייליגע תורה. די בעלי דרשנים - וואס מיינען באמת נאר גוטס - לייגן עס אראפ מיט אזא געשמאק, אזש מען שפירט ווי מען וויל נאר זיך צוקלעבן צו די תורה. דער אבער פראבלעם ווערט, ווען מען שטעלט זיך אויף נאך די דרשה, און מען וויל טאקע אנהייבן לערנען, מען נעמט א חברותא, מען מאכט זיך א שיעור, מען פרובירט זיך אריינצולייגן ראשו ורובו אין די גמרא, אבער... עפעס גייט עס נישט ביי מיר "פארוואס שפיר איך נישט די געשמאק פון די תורה?", הייבט מען אן טראכטן, "איז טאקע די תורה געגעבן געווארן נאר פאר 'רבי חיים' און די עטליכע יחידי סגולה פונעם דור?", "קען איך שוין נישט האבן מער קיין שייכות מיט די תורה?", אזוי שפירן זיך אידישע קינדער צובראכן און מיואש נישט וויסנדיג אז די תורה איז געגעבן געווארן פאר "יעדעם איד, אין יעדן דור, אין יעדן מצב".
 
דער ראש ישיבה וועט בעז"ה קומען מחזק זיין אלעמען און ווייזן דעם וועג וויאזוי אויך דו קענסט לעבן מיט די תורה, און אויפווייזן אז דער איביישטער האט געגעבן די תורה אויפן הר סיני פאר גאנץ כלל ישראל, אפילו מיט טירדות פון פרנסה, משפחה, צרות און יסורים, אפילו מיט א פארשטאפטע קאפ, אדער מען האט ליידער געזינדיגט וואס לאזט נישט פארשטיין די הייליגע תורה. מיט דעם אלעם - זאגט דער הייליגער רבי - קענסטו אויך לערנען. און אדרבה, די הייליגע תורה וואס דו וועסט לערנען 'אזוי ווי דו זעסט אויס', דאס וועט דיר ברענגען פרנסה, שלום בית, שלוות הנפש, עס וועט עפענען דיין קאפ, עס וועט דיר ארויסנעמען פון דיינע עבירות, און אויסהיילן דיינע שוואכע נערוון.
 
דער ראש ישיבה וועט געבן צו פארזוכן פאר די צוהערער פון די זיסע עצות און חיזוק וואס דער הייליגער רבי געבט אונז, און מען וועט בעז"ה ארויסגיין מיט א פרישקייט אנצוהייבן דינען דעם אייבערשטן פון דאסניי, און אנהייבן צו געדענקען אז דער אייבישטער איז אייביג מיט אונז, נעבן אונז און אין אונז, און מען קען אייביג צוריק קומען צו אים.
 
צהלי ורוני יושבת לעיקוואוד!