אין אלע חרדישע געגענטער הערשט א שטארקע דירות קריזיס. קיין עין הרע, געבענטשטע משפחות, מיט אסאך קינדער, און די פארלאנג פון דירות איז שווער נאכצוקומען, דאס האט צוגעברענגט אז עס האבן זיך געעפנט פילע נייע געגנטער ארום די אלטע אידישע שטעט. אריבער דעם ווערעזאנא בריק פון בארא פארק, האט זיך אין די לעצטע יארן אנטוויקלט ב"ה א הערליכע שנעל וואקסנדע שפרודעלדיגע היימישע געגענט אין סטעטן איילענד, עס וואוינען שוין דארט קרוב צו טויזנט משפחות פון אלע חרדישע קרייזן. דער געגענט איז ב"ה געבענטשט מיט פילע שולן פון פילע הויפן און חסידות'ן, וואס לא ראוי זה כראוי זה, אבער הצד השווה שבהן אז מען לערנט מען דאווענט און מען דינט דעם אויבערשטן.
 
צווישן די פילע נייע תושבים געפינען זיך אויך פילע חסידי ברסלב, תלמידי היכל הקודש, און מען האט איינגעזען אז עס איז צייט פאר א בית מדרש היכל הקודש בית המדרש אין סטעטן איילענד, ווי מען זאל זיך קענען מחזק זיין בעבודת ה' אויפן וועג וואס דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט. מיט בערך איינס און א האלב יאר צוריק האט מען זיך ב"ה אריינגעצויגן אינעם נייעם בית המדרש, און מען האט עס באנייט.
 
יעצט ווען זאכן האבן זיך שוין ב"ה געסעטלט, איז געווען צייט מען זאל ענדיגן די ארבעט פון איבערפרישן דעם פלאץ, דער געטרייער גבאי מו"ה יוסי זינגער הי"ו האט זיך אריינגעלייגט אין די ארבעט, און אין די לעצטערע וואכן האט מען אריינגעלייגט גרויסע כוחות צו איבערפרישן און פארענדיגן דאס פלאץ ווי עס פאסט פאר א בית ה'. אנשי שלומינו זענען שטארק דאנקבאר פאר איינע פון די חשוב'ע מתפללים מו"ה שמעון לעווי הי"ו וואס האט מנדב געווען די הוצאות. ישלם ה' פעלו, ותהי משכורתו שלימה מעם ה'. מען האט געלייגט א גענצליך נייע פלאר, מען האט געלייגט פרישע טירן, און נייע מאלדינגס.
 
דער בית המדרש "היכל הקודש" אין סטעטן איילענד איז א מאגעעט אין צענטער פון שטאט וואו מען ווייסט אז דארט איז א פלאץ ווי מען קען הערן גוטע ווערטער, מען באקומט פרישע לופט און חיות ווייטער אנצוגיין, עס געפינט זיך אויף 319-A ברעדלי עוו. - אנשי שלומינו קומען זיך צוזאם אויף אלע דריי תפילות, דער גבאי מו"ה יוסף זינגער הי"ו לערנט פאר שיינע שיעורים שבת אינדערפרי און ביי שלש סעודות, און מען איז זיך מחזק בדיבוק חברים מיט די ווערטער פונעם רבי'ן און זיינע תלמידים.
 
ווי געזאגט האט מען געדארפט לייגן נייע טירן, און מען האט דערפאר געדארפט אראפ נעמען די מזוזות, און יעצט ווען עס איז פארטיג געווארן איז דער ראש ישיבה שליט"א געקומען מחזק זיין אנשי שלומינו אין שטאט, און געקלאפט די מזוזות צום גרויסן געלעגנהייט.
 
דער באזוך פון ראש ישיבה שליט"א האט ארייגעבלאזן א פרישע חיות אין די גאנצע שטאט, דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלערנט זיין וועכענטליכע ליל שישי שיעור פאר אינגעלייט דארט אין בית המדרש, דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט פונעם פרייליכן חודש אדר הממשמש ובא. דער רבי האט געזאגט אז עס איז א מצוה צו זיין פרייליך א גאנץ יאר, אבער חודש אדר דארף מען צולייגן שמחה פי כמה. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט ווי שמחה איז א יסוד היסודות צו הצלחה ברוחניות ובגשמיות, א פרייליכע מענטש איז מצליח, יעדער גלייכט צו זיין נעבן אים, שמחה היט אפ א מענטש פון עבירות, ווען א מענטש איז פרייליך קריגט ער זיך נישט מיט קיינעם, און אזוי אויך היילט עס פשוט ברוחניות ובגשמיות, ווי דער רבי שרייבט אז אפילו די דאקטורים זענען מודה אז רוב חלאים קומט אויף א מענטש נאר ווייל מען איז נישט פרייליך, היינט איז גאר שטארק מצוי מענטשן וואס ליידן אויף די מאגן, אויף די רוקן און אזוי ווייטער, נאר צוליב סטרעס, וואס מיינט אז מען איז נישט פרייליך. אבער וויאזוי קען מען זיין פרייליך? - האט דער ראש ישיבה געפרעגט - דארפסט נישט טון עפעס אויסערגעווענליך, פריי דיך מיט פשטות יהדות. פארוואס לאזט א מענטש נאך אידישקייט, ווייל ער פריידט זיך נישט דערמיט. פריי דיך מיט ציצית, פריי דיך מיט שבת, שבת נעמסטו נישט דיין קאר, דו עפנסט נישט דיין טעלעפאן, דאס איז שוין איבער גענוג צו זיין פרייליך.
 
נאכן שיעור האבן די אנוועזענדע געפרעגט זייער אינטערעסאנטע שאלות, צום ביישפיל, א מלמד האט געזאגט אז ער שפירט נישט ווי איינער קוקט ארויף זיין ארבעט, ער טראכט איבערצולאזן די מלומדות, האט דער ראש ישיבה געזאגט, א מענטש זאל נישט ווארטן מען זאל אים זאגן, פרעג די מנהל "וויאזוי טו איך מיין דזשאב? עס איז גוט? קען איך עפעס טון בעסער?", און די זעלבע זאך איז גוט צו טון אין נאך מצבים אין לעבן, צום ביישפיל אויב דיין ווייב געבט דיר נישט קיין גוטע ווערטער, פרעג איר, ווארט נישט.
איינער האט זיך אפגערעדט אז אפילו ווען ער לייגט זיך שלאפן פרי קען ער אבער נישט אויפשטיין פרי, וואס זאל ער טון, האט דער ראש ישיבה געזאגט, איין מאל גיין שלאפן פרי איז נישט גענוג, האלט אן דעם סדר, וועסטו זען אז דו וועסט קענען אויפשטיין פרי. דער ראש ישיבה איז אריין אין א שמועס, איבער כיבוד אב ואם ביי חתונה געהאטע אינגעלייגט, וויפיל איז די שיעור, אין רעאקציע צו א פראגע פון א אינגערמאן וואס האט פארציילט אז זיינע עלטערן בעטן פון אים כסדר אינמיטן די ארבעט ער זאל זיי טראגן און ברענגען.
 
נאכן שיעור האט דער ראש ישיבה שליט"א געקלאפט די מזוזות אויף די פרישע שול, און אנגעווינטשן פאר די גבאים און פאר אנשי שלומינו מען זאל מצליח זיין אין אלעם וואס זיי טוען. דער באזוך האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם אויף אלעמען.