דער ראש ישיבה רופט אויס זיין טאטן דער רב הצעיר פון קארלסבורג שליט"א צו מצוה טאנץ
כה אדר ב' תשע"ט 📝
דער ראש ישיבה'ס טאטע הגה"צ רב הצעיר דקארלסבורג שליט"א, דער עלסטער זון פון הגה"צ פוסק הדור קארלסבורגער רב שליט"א, האט זוכה געווען צו פירן זיין טאכטער אונטער די חופה, און דער ראש ישיבה'ס פאטער האט געבעטן דעם ראש ישיבה אז בעפאר ער גייט גיין טאנצן מצוה טאנץ זאל דער ראש ישיבה אים אויסרופן צו מצוה טאנץ אויפן נוסח פון "יעמוד, יעמוד", אזוי ווי עס איז איינגעפירט אין פארשידענע היימישע קהלות איבער דער וועלט, און ווי דער ראש ישיבה האט איינגעפירט צו טון ביי די חתונות אין בית המדרש.
אזוי האט טאקע דער ראש ישיבה געטון, און זייער שיין אויפגערופן זיין טאטן, "יעמוד יעמוד יעמוד..." און דערנאך האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט: "יעצט וועל איך האבן די זכיה אויסצורופן מיין טאטע, דער טאטע פון די כלה, זאל גיין טאנצן לקראת כלה", וואס דאס אויסרופן האט גענומען ווייניגער פון 2 מינוט, פון וואס יעדער איינער האט גאר שטארק הנאה געהאט.
דערנאך האט זיך זיין טאטע שליט"א ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע געהויבענע טאנץ, אויפן ניגון "ונגלה כבוד השם", זייענדיג ארומגענומען מיט זיינע קינדער, בניך כשתולי זתים, ווען דער ראש ישיבה שליט"א כאפט אן זיין טאטן פון איין זייט, און פון די אנדערע זייט דער חתן, ווען זיי אלע אינאיינעם דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן פאר זיינע גרויסע חסדים וואס ער טון מיט אונז.
וראו כל בשר יחדיו כי פי ה' דבר
א קליפ פון די מצוה טאנץ און אויפרופן