דער ראש ישיבה שליט"א מיט תלמידים בעטן זיך אויס היינט ערב ר"ח ניסן פארטאגס ביי די ציונים פון די לובאוויטשע רבי'ס אין קווינס
כט אדר ב' תשע"ט 📝
היינט ערב שבת קודש תזריע - ערב ראש חודש ניסן פארטאגס האט זיך דער ראש ישיבה אין באגלייטונג פון פילע תלמידים אריבערגעכאפט צום אהל הק' פון די לובאוויטשער רבי'ס אין קווינס, ווי דער ראש ישיבה איז געגאנגען מתפלל זיין.
ווי באקאנט האט דער רבי שטארק גערעדט פון די מעלה פון גיין צו א קבר פון א צדיק, און זיך דארט אויסבעטן ביים אייבערשטן. מוהרא"ש ז"ל האט געשריבן עטליכע קונטרסים אויף דעם ענין, מוהרא"ש שרייבט אז די לופט ביים א קבר פון א צדיק איז ריין, און מ'קען זיך דארט אסאך בעסער אויסבעטן, און פועלן וואס מ'דארף נאר.
דער הייליגער רבי ווען ער האט געוואוינט אלץ קינד אין מעזעביש, אין הויז פון זיין הייליגן זיידן דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע, איז כסדר געגאנגען צום ציון הק' פון זיין זיידע דער בעש"ט הק' און זיך אויסגגעגאסן דארט זיין הארץ.
אזוי אויך יעדעס מאל ווען מוהרא"ש ז"ל פלעגט זיין אין מאנסי, איז ער אלץ אריבערגעגאנגען צום ציון הק' פון הייליגן ריבניצער רבי זי"ע. אויך ווען נאר עס איז אים אויסגעקומען דורכצופארן קרית יואל, האט ער זיך שטענדיג אפגעשטעלט ביים ציון הק' פונם הייליגן סאטמארער רבי זי"ע. ער פלעגט אלץ פארהאלטן תלמידים וואס וואינען אין קרית יואל: "עטס האטס נעבן זיך א קבר פון אזא צדיק, און מ'גייט נישט ארויף!?"
און טאקע שטענדיג ווען תלמדי היכל הקודש בכל מקומות מושבותיהם האבן נאר אפילו עטליכע מינוט, כאפן זיי זיך אייביג אריבער צו די ציונים פון די צדיקים וואס ליגן אין זייער שטאט, און זיי האבן גאר אסאך מעשיות פון תפלה צו פארציילן, וואס אלץ זיי האבן געפועלט ביי קברי צדיקים.
"על ידי השתטחות על קברי הצדיקים, הקדוש ברוך הוא עושה לו טובות אף על פי שאינו ראוי לכך" (ספר המדות - אות צדיק, קע"ג)