דער "רענט קאמפיין" גרייט זיך צום "מסיבת הכרת הטוב" אי"ה מוצש"ק יתרו הבעל"ט
ו שבט תשפ"א 📝
אין די אפיסעס פון די "רענט קאמפיין" רידערט זיך די טעג מיט די פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען צום יערליכן "מסיבת הכרת הטוב" פאר אלע נדיבים וואס באשטייערן זיך במשך די יאר מיט שיינע סכומים פארן רענט קאמפיין.
די עסקנים פונעם רענט קאמפיין האבן גענומען אויף זיך אראפצונעמען דעם עול פונעם ראש ישיבה שליט"א פון דארפן צוזאם שטעלן די "רענט" פארן ישיבה, אזוי אז דער ראש ישיבה קען זיך בע"ה אפגעבן מיט די תלמידים מיט הרחבת הדעת, און ווייטער איבערגעבן פאר אונז די עצות און התחזקות וואס ער האט מקבל געווען פון הייליגן רבין דורך מוהרא"ש זי"ע. און חפץ ה' בידם והצליחו, אז א שיינע ציבור שטרענגט זיך אן יעדע חודש און באשטייערט פאר די רענט מיט א ברייטע האנט, און דערפאר ווילן זיי יעצט אפגעבן פארן ציבור זייער פארדינטע אנערקענונג.
היי יאר איז שוין דער פינפטער יאר וואס די רענט קאמפיין גרייט זיך אפצורעכטן א גרויסארטיגע מסיבת הכרת הטוב, און ווי אין די פארגאנגענע יארן, אנטשפערכט אויך דער היי יאריגע מסיבה צו זיין גאר א געשמאקע אווענט מיט געשמאקע דרשות און פראגראם. מען וועט דארט בעז"ה טיילן מתנות און פלעקס פאר די נדבנים און פאר זייערע משפחות. אזוי אויך וועט דער ראש ישיבה וועט בעז"ה אויפטרעטן מיט א שיינע דרשה.
דער מלוה מלכה וועט בעז"ה פארקומען קומענדיגע מוצאי שבת קודש פרשת יתרו, און וועט בעז"ה איבערלאזן גאר א געשמאקע רושם פאר אלע באטייליגטע פאר לאנגע וואכן דערנאך.